top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט: האד' מצאנז איז מעורר רחמים אויף כלל ישראל אין פארדאמט די יו. ען. ביים 'גילופין טיש' ביום הפורים

מאנטאג פ' צו • י"ז אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן נאכט מוצאי פורים דפרזים ביים 'גילופין טיש' אין חצר הקודש צאנז איז געוועהן א מחזה נורא הוד ווי די רבי שליט"א אינאיינעם מיט טויזענטער חסידים האבן אינאיינעם שופך שיח געווען מיט הייסע טרערן פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה.


נאך פולע ניגונים געזינגען אינאיינעם דורך די טויזענטער חסידים בהתרוממות והשתפכות הנפש האט די רבי שליט"א געהייסן זינגען די באקאנטע 'אחינו כל בית ישראל', די רבי האט מיטגעזינגען און אויסגעבראכן אין א יאמערליכע געוויין אויף צרות ישראל און א גרויסע טייל ציבור האט מיט התרגשות מיטגעוויינט און מעורר רחמים געווען אויף כלל ישראל.


די רבי שליט"א האט ביי די דברות קודש שארף ארויסגעטרויטן קעגן די או"ם, די יונייטעד נעשענס, זאגענדיג אז עס איז א פארזאמלונג פון שונאי ישראל און ביי א גוי איז דא די דין פון 'יש שליח לדבר עבירה' און די וואס זיצן דארט זענען שליחים פון אלע שונאי ישראל אין די וועלט. די רבי שליט"א האט צוגעלייגט אז מען זעט בחוש ממש ווי זיי שטעלן זיך אלע צו צו די שונאי ישראל און רוצחי ישראל די אראבער ימ"ש.


דאן האט די רבי ארומגערעדט איבער די שרעקליכע מצב וואס כלל ישראל געפינט זיך, ווען צוערשט איז געווען די 'והאלילים כרות יכרתון' אז ראו כל עמי הארץ אז די אלע טייערע טעכנאלאגיע וואס האט געדארפט צו שטעלן א שמירה ביים גרעניץ האט גארנישט אויפגעטון און עס איז געווען א ריינע חסד ה' אז לולי ה' היה לנו וואלט רחמנא ליצלן געקענט זיך אויסשטעלן די טראגעדיע אסאך ערגער.

די רבי שליט"א האט ווייטער ממשיך געווען אז פורים איז א צייט פון "לתקן עולם במלכות שדי", צו גלייבן און געדענקן אז אן תפילה און אמונה קען מען נישט איבערקומען און מנצח זיין, נאר מיטן געדענקן אז 'אין עוד מלבדו' און 'אחד הוא אלוקינו בשמים ובארץ' און נאר ער פירט די וועלט, נאר אזוי קען מען אויסמעקן עמלק.


ביים ענדע פון די דברות הקודש וואס האט זיך פארצויגן ארום א האלבע שעה, און איז געווען פול מיט לימוד זכות אויף אידישע קינדער און ספעציעל אויף די משפחות פון די פארכאפטע אין עזה ל"ע וואס די רבי שליט"א האט ארויסגעברעענגט אז מען זעט אז זיי קלאפן אויף די טירן פון גדולי ישראל אז זיי זאלן דאווענען פאר זיי און אין די זכות זאלן זיי טאקע געהאלפן ווערן בקרוב.


נאך די דברות הקודש האט די רבי געהייסן זאגן די באקאנטע תפילה פון "כל בו" וואס מען זאגט געווענדליך יעדע שמחת תורה און מען איז מתפלל אויף די קומענדיגע יאר אויף כלל ישראל און אויך אויף "אסירים אשר בין העמים" 'שלא ינזקו ולא יחלו ויוציאם ממסגר ויתירם ממאסרם', די רבי האט געזאגט אז וויבאלד די יאר שמחת תורה איז נישט אויסגעקומען צו זאגן די תפילה, זאל מען דאס יעצט זאגן אינאיינעם ביום הפורים.

Comments


bottom of page