top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"אבי הבן" הגאון רבי צבי קושלבסקי ראש ישיבת היכל התורה באזוכט ביים פוסק הדור | ווידיאו

זונטאג פ' פקודי • ל' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט פארמיטאג א קורצע צייט נאך וואס הגאון רבי צבי קושלבסקי שליט"א ראש ישיבת 'היכל התורה' האט זוכה געוועהן צו האלזן זיין ערשטע קינד א בן זכר למזל טוב נאך גאנצע זיבעציג יאהר ווארטן, איז די ראש הישיבה אנגעקומען למעון קדשו פונעם פוסק הדור מרן הגר"מ שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות'.


ווי ברייט באריכטעט האט די ראש ישיבה הרב קושלבסקי וואס איז אין הויכן עלטער פון 88 יאר זוכה געווען היינט צו א בן זכר - די געשפרעך פון טאג ביים היימישן ציבור. די ראש ישיבה איז באלד נאכן אהיימקומען פון שפיטאל, אריבערגעקומען למעון קדשו פונעם פוסק הדור זיך וואונטשן מזל טוב. הרב קושלבסקי האט דערמאנט אז דער פוסק הדור האט געדינט אלס זיין מסדר קידושין מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט חתונה געהאט בזיווג שני און דער גאון האט אים דעמאלט צוגעזאגט אז ער וועט נאך געהאלפן ווערן מיט זרע של קיימא פון דעם זיווג, אין דערצו די ברכה וואס דער גאון האט מוסיף געוועהן ביי א געלעגנהייט דאס יאהר אז ער וועט נאך זוכה זיין צו א בן זכר, אצינד ווען די הבטחה איז נתקיים געווארן בבחינת 'צדיק גוזר והקב"ה מקיים', וויל ער זיך באדאנקען אויף דעם גאון'ס ברכות.


דער פוסק הדור האט רעאגירט ברוב ענותנותו אז ער ווייסט נישט אויב די ברכה האט געהאלפן, אבער דאס איז זיכער אז מען דארף לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די גרויסע חסידים.


מיט א מורא'דיגע התרגשות האט דער פוסק אנגעהויבן זינגען שירות ותשבחות לרגל די גרויסע שמחה און געוואונטשן ברכות לרוב פארן חשובן בעל שמחה.




Comentarios


bottom of page