top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

תושבי סיגעיט ביים נהנה זיין עצה ותושיה פון האד' מדושיסנקיא בעת דעם רבינס באזוך אין שטאט‎.


ערשטע פלענער פון נייעם ביהמ"ד הגדול 'מרכז העולמי דחסידי סאדיגורה' אין בני ברק פארענפענטליכט אין בעפארברייטונג צום מגבית 'בונים עתיד' דורך עדת חסידי סאדיגורה די קומענדיגער חודש ניסן.


האד' מוויז'ניץ ווערט געזעהן אין די קארידארן פון די תל השומר שפיטאל אין בני ברק, נאכן מבקר חולה זיין ביי מקורבו הרב זלמן קורניצער לרפו"ש  מנאמני ביתו.


די ברידער הרה"צ ר' דוד שלמה ראזענבוים אב"ד קרעטשניף ירולשים, אין המשפיע הרה"צ ר' מאיר איתמר ראזענבוים בעל דרך אמונה אין א ריקוד די וואך ביי די חתונה בחצר הקודש קרעטשניף ירושלים.


האד' מבאיאן ביי קידוש לבנה די וואך פארנט פונעם באיאנער קלויז אין שטאט לאנדאן.


האד' מפיטסבורג אויף א באזוך די וואך ביי הגה"ח ר' אפרים פישל שטיין בעמח"ס 'אוצר אפרים' על התורה.


שומר ישראל • אויף די וואך על כל צרה שלא תבוא ביים חתונה הגדולה בחצר הקודש גור.


ביים חתונה פאריגע וואך בבית תולדות אברהם יצחק - קאלוב - טשארנאביל האט 'קרישקעס' באמערקט נישט קיין צווייטער ווי די חתן בכבודו ובעצמו משמח זיין ביי די שמחה.


הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אין א שמועס מיט הרב בנציון שטאנגער משב"ק האד' מוויז'ניץ ביי א חתונה די וואך.


מרבים שלום בעולם  האד' מקאליב ארה"ק ביים פארלאזן דעם אהל הק' אין קאלוב אונגארן מוצאי שבת ז' אדר, אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק קאלוב וויליאמסבורג בן האד' מקאלוב לרפו"ש.


האד' מבישטינא דעם ערב שבת אין מאנטשעסטער גייענדיג אין ביהמ"ד.


די ברודער אב"ד סאטמאר ירושלים אין אב"ד סיגוט ביי די חתונה די וואך בבית הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האד' מסאטמאר.


כאחד האדם • האד' מפינסק קארלין ווערט געזעהן ביים ציון הרשב"י ביומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה נאכן וויילן שבת אין מירון אויף אפרוה.


האד' מנדבורנה איז מנחם אבל ביים משב"ק הרב אברהם ישעיהו קלעפנער על פטירת אמו ע"ה.


דער פאטאגראפירער בחצרות הקודש איתי קצב האט קרישקעס בארמערקט ערהאלטן ברכת קדשו פון האד' מוויז'ניץ די וואך.


די פרנסי הגליון "משולחנא דמלכא” מתורתו פון הגה"ק גאב”ד ירושלים זצוק"ל לכבוד שבת זכר.


הרב וואלף פראנצויז מנאמני בית האד' מוויז'ניץ לאנדאן ביים אפווארטן דעם רבי'ן אינעם היטרו לופטפעלד אנקומעמדיג צוריק קיין לאנדאן נאך א לענגערע באזוך אין ניו יארק.


האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים שענקען א מתנה א זילבענעם בעכער פארן געטרייען משמש בקודש הרב אלימלך ווייס ביים דינער פארלאפענעם וואך לטובות ישיבה קדושה 'מבצר התורה' דחסידי קרעטשניף ירושלים.


דער בדחן ר' ישראל אהרן קלעצקין איז משמח ביים שמחת השבע ברכות לנכד האד' מסאטמאר אין קרית יואל.


הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר אין א ריקוד מיט הרב שמואל פריעדמאן משב"ק ביי די חתונה פון בתו הכלה.


קינדער פון דער באיאנער תלמוד תורה מארשירן אויף די ירושלימער גאסן פארשטעלט ווי ספרדי'שע באבאס.


הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אבד"ק סלונים ביתר בנו הגדול פון האד' מסלונים אויף א באזוך די וואך ביי הגאון רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא איינצולאדענען צו די חתונה פון בנו החתן.


העסקן בנש"ק הרב יחזקאל טייטלבוים ביים משמש זיין האד' מסאטמאר ביי די חתונה די וואך בבית סאטמאר מאנטריאל - נעפלעמיץ - ציעשנוב - סטריזוב.


ערשטע הכנות אין באראטונגען לקראת ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


א יונגעלע פארשטעלט וואו הגאון רבי צבי קושלבסקי ראש ישיבת היכל התורה...


שבת אחים גם יחד • די ברודער הרבנים הגאונים קינדער פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים חתונה פאריגע וואך בחצר הקודש.


באגריסונג מטעם ק"ק צאנז אין קרית צאנז - נתניה פארן עסקן נמרץ הרב בערל שטעמער מנאמני בית האד' מצאנז צו זיין ערוויילונג אלס מיטגלידער אין די לאקאלע שטאטראט.


באגריסונג מטעם ק"ק בעלזא אין חיפה צום עפענונג פונעם נייעם הלבשה געשעפט 'חסידישע ווינקל' אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם אלעמען באקאנטן ר' יהושע העשיל היימאן פונעם קול הציבור טעלעפאן ליניע.


אחוז בשרעפים • האד' ממעזיבוז ביים טאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פונעם משב"ק החתן דוד פוקס.


מחאה קעגן די פרישע גזירת גיוס פארגעשטעלט לכבוד חודש אדר דורך ילדי ת"ת סאטמאר ירושלים (קרעדיט: שלומי טריכטר).


א ברכת מזל טוב פאר ההרב שמואל טייטלבוים משמש בקודש ביי כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לרגל שמחת החתונה פון ביתו הכלה תחי' בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר החתן זלמן רינגעל ני"ו משמש בקודש ביי כ"ק האדמו"ר מנאראל שליט"א, לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת.

Comments


bottom of page