דינסטאג פ' ויקרא • ט' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די טעג איז אויפגענימען געווארן די פריידיגע נייעס צווישן תלמידי וחסידי פאפא אין בפרט ביי פאפא חסידים אין שטאט בארא פארק איבער די גמר המקח אויף א בנין רחבת ידים אין שטאט וואס וועט דינען אלס צווייטער ביהמ"ד דחסידי פאפא אין וועט צוברענגען א ריכטיגע הרחבת הדעת פאר די מתפללים און חברי הקהילה.
די ביז יעצטיגע ביהמ"ד אויף די 51׳סטע גאס איז שוין כהיום אויסגעוואקסן איר מאקסימום ווען א פשוטער שבת איז נישטא קיין איין איבריג פלאץ, אין עס האט זיך אויסגעפעלט נאך א ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן די גרויסע צאל מתפללים.
די נייע ביהמ"ד געפינט זיך אויף די 12'טע עוועניו צווישן אויף 43'סטע גאס, דאס ביהמ"ד ווערט אצינד איינגערישט מיט אלע באדערפענישן און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א חסידישער שטיבל, מיטן האפענונג צו קענען אין די נאנטע טעג באנייען דעם מקדש מעט.
Comments