דינסטאג פ' תצוה • י"א אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרוס פרייד און התרגשות האבן חסידי באבוב בכל מקומות מושבותיהם ערהאלטן די בשורה טובה ומהרנינה אז דעם קומענדיגען חודש אדר ב' וועט געפייערט ווערן א גראנדיעזע מעמד נשגב, די חגיגת חנוכת הבית פאר די נייע גיגאנטישע בנין התלמוד תורה בני ציון ד'באבוב 'בנין לייבל רובין' אין שטאט בארא פארק וואס ווערט אין די טעג ערגענצט מיט איר פולן פראכט אין שיינקייט צוצוברענגען א ריכטיגע אכסניא און הרחבת הדעת פאר די אלפי ילדי תינוקות של בית רבן וועלכע וועלן מחנך זיין דעם נייעם בנין און די קומענדיגע וואכן.
די בנין אדיר ומפואר איז געבויעט געווארן אין די בליץ שנעלקייט פון ווייניגער ווי דריי יאהר ווען עס איז געלייגט געווארן די אבן הפינה, ער"ח אייר שנת תשפ"א און איז אויפגעבויעט געווארן אדאנק די שטיצע פון אלפי חסידי באבוב און נדיבים בעם וואס האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פארן דעם בנין, וואס וועט זיין די גרעסטע חינוך פעסטונג אין שטאט בארא פארק - א סך הכל פון קרוב צו נייציג מיליאן דאלער. די ניין שטאקיגער געביידע אין צוגאב צו צוויי אונטער'ערדישע שטאקן אנטהאלט אין זיך קרוב צו הונדערט קלאס צימערן, צוויי ריזן חתונה זאלן, צוויי בתי מדרשים און עטליכע חדרי אוכל.
אין די טעג זיצן די עסקנים אויסצוארבעטן אלע דעטאלען פון דעם חגיגה על צד היותר טוב, צו קענען אהערשטעלן אזא מעמד לכבוד דעם היסטארישן מאמענט ווען עס ציעט זיך ווייטער די גאלדענע קייט פון בית באבוב.
コメント