מונטאג פ' ויקהל • כ"ד אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדערקרעדיט: אחים לאנשטעווסקי
שמחה גוררת שמחה האבן טויזנטער סאטמארער חסידים ווידער אמאל מיטגעהאלטן די פרישע שמחה בחצר הקודש, די שמחת נישואין פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בסימן טוב ובמזל טוב פארגאנגענעם מאנטיג בהיכל ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג, וחסידים ברנה יגילו זיך מיטצופרייען מיט דעם שמחת בית צדיקים בחודש שמרבין בו שמחה.
צו די באשטימטע צייט איז די רבי שליט"א ערשינען אין 'היכל מאיר זעליג' אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, נאכן דאווענען האט די ציבור געהאט די געלעגנהייט דורכצוגיין ביים רבין שליט"א, וועעכע האט אויף יעדן ארויפגעלייגט די האנט און יעדן געבענטשט מברכותיו הטהורים בעידן חדותא. דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל ביהמ"ד הגדול צום מעמד קבלת פנים צוזאמען מיטן חתן ושושביניו. דער מעמד קבלת פנים איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם אז דער גאנצער ציבור זָאל קענען מיטהאלטן די התעוררות'דיגע מאמענטן, און א היבשע וויילע האט מען געזינגן ניגוני דביקות מיט גרויס התרגשות.
שּפעטער האט מען געהערט די פאסיגע חרוזים פון בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו וועלכער הָאט ארויסגעברענגט דָאס געהויבענקייט פון די מינוטן, און כנהוג, אויסגערעכנט דעם געהויבענעם יחוס פון חתן וכלה, נאך די חרוזים האט דער רבי שליט"א געטרונקן לחיים און געוואונטשן מברכותיו מיט גרויס התרגשות פַאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס און פאר'ן גַאנצן ציבור. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די פחד וואס כאפט אן ווען מען הערט די נעמען פון די גרויסע זיידעס וואס קומען אראפ צו די שמחה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב לכל העם הנאספים. מען איז געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה און דער רבי שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס האבן דערנאך געבענטשט דעם חתן כנהוג.
ביים חופה האט די רבי מכבד געווען מיט סידור קידושין די זיידע פון די חתן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ראדאמישלא ב"פ שליט"א, אן עלטער פעטער פון די כלה. ברכות ראשונות: האדמו"ר מנאסויד שליט"א די זיידע פון די כלה, און ברכה אחריתא הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א אן עלטער פעטער פון חתן און כלה. נאך די חופה האט די רבי געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.
נאך די מעמד החופה האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול, נאך מעריב האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז געקומען אפגעבן מזל טוב לכבוד די חתונה. נאך א שטיק צייט איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו די סעודת החתונה, דער רבי שליט"א איז געטאנצן אויפן פלאץ מיט גרויס התרגשות און דערנאך אפגעראכטן די סעודה ברוב שמחה וצהלה, נאכן פיש האט די רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ווען די חתן איז ערשינען איז די רבי געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן, א קורצע צייט דערויף האט די רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד אין די צייט וואס די ריקודין האבן פארגעזעצט ביתר שאת ועוז.
שפעטער בשעה 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וומס"ב שליט"א, ברכות ראשונות: הרה''ג רבי יעקב אלימלך האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ''ד טיב לבב ב"פ, און ברכה אחריתא: הר"ר יושע העשיל האלבערשטאם שליט"א פון לאנדאן.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי אביו הרה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס האדמו"ר מנאסויד שליט"א און הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און דערנאך דער אבי החתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און אבי הכלה הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער, אום 2:30 נאכן מצווה טאנץ פון חתן כלה האט זיך די שמחה געשלאסן און די ציבור איז זיך צוגעגאנגען מיט געהויבענע געמיטער.
Comments