top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפאלטישאן פארמישט אין בייזוויליגע קאר עקסידענט - ב"ה אומבאשעדיגט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 3 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 בפבר׳

מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

גרויס נסים האט נעכטן פאסירט ווען כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט און איז ב"ה ארויס אומבאשעדיגט. דער רבי איז געווען אויפן וועג אהיים צוריק פון א משפחה שמחה אין קראנהייטס, ווען אינמיטן וועג האט א קעגן קומענדע קאר בייזוויליג אריינגעזעצט אינעם רבינ'ס אויטא און אפיגעיאגט פון די סצענע.


טראצדעם וואס דער רבי'ס אויטא איז שווער געשעדיגט געווארן, איז דער רבי שליט"א מיט די באגלייטער בחסדי שמים ארויס גענצליך אומבאשעדיגט און זענען אהיימגעפארן קיין בארא פארק מיט א צווייטע אויטא.


די פאליציי און שומרים פון קראנהייטס זענען באלד אלאמירט געווארן און האבן אנגעהויבן א ברייטע אויספארשונג איבער די מאטיוון פון דעם ווילדן פארשוין, וועלכע האט נישט איבערגעלאזט קיין שפירן נאך זיך.

תגובות


bottom of page