top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשר בך ירוחם יתום • רירנדע שבע ברכות פאררופן דורך האד' מסאטמאר פאר אלע יתומים אין קהילת ומוסדות סאטמאר

דאנערשטאג פ' ויקהל • כ"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם נעכטן דינסטאג נאכט איז פארגעקומען א פריוואטע שבע ברכות פאררופן דורך כ''ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א פאר ״אלע יתומים, יונגלעך און בחורים פון די קהלה ומוסדות הק׳ אין גאנץ ניו יארק״, וועלכע האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע ל''ע.


די רבי שליט״א האט געלאדענט די יתומים׳לעך זיי אריינצונעמען אין זיין פערזענליכע שמחה, און משפיע צו זיין אויף זיי טללי אורה וחיזוק- בעת משוש אויף א פריוואטן פארנעם. עס איז געווען א הארץ-רייסנד בילד צו זען די טייערע יתומים זיצן סביב לשולחנו פון רבין, און די רבי קוקט זיך אום אויף זיי מיט אזא אהבה וחביבות, ולעומתו טוען די קינדער שעפן אזא חיזוק והתחזקות פון דעם וואס די רבי האט זיי אויסגעקליבן מיט זיי צו פארברענגען אזעלכע הערליכע שעה׳ן של תענוג.


דער מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע כתר צבי זאלן אין ווילאמסבורג אויסשליסליך פאר די אריבער 100  יתומים וועלכע זענען געברענגט געווארן מיט ספעציעלע טראנספאטאציע פון אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, אן קיין שום אנדערע משתתפים, בלויז די רבי מיט די מחותנים און געציילטע מדריכים פון ״אור חדש״.


ביים אנקומען זענען זיי אנטפאנגען געווארן מיטן גרעסטן מאס כבוד, ווי עס איז געווארן סערווירט א רייכע סעודה. די רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל און זיך געוואשן לכבוד השמחה, די יושב ראש פונעם נאכט הר"ר אליעזר ראטה שליט"א האט מיט פאסיגע ווערטער איינגעלייטערט די מעמד און דערביי אויסגערופן די בעל שמחה די רבינס איידעם הרה"צ רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א וואס האט ווארעם ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע כוחות וואס די יתומים פארמאגן.


דאן איז פארגעשטעלט געווארן גאר הארציגע און רייכע גראמען ספציעל געשריבן צום מעמד דורכן בארימטן משמח אלקים ואנשים הר"ר וועלוול פעלדמאן ני"ו געפלאכטן מיט שטארקע חיזוק אין אמונה. וואס האט שטארק באנומען אלע באטייליגטע. די רבי האט געשאנקן פאר אלע באטייליגטע א כוס של ברכה מיט פורים געלט - א הונדערטער באנקנאט וואס איז געשיקט געווארן צום מעמד דורך הטפסר המרומם מגדולי בעלי צדקה בדורינו ר' יואל לאנדא שליט"א.


דענאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן די הארציגע דברות קודש פונעם רבין שליט"א, די רבי האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם צו די טייערע קינדער און בחורים וואס זענען מונח על לוח לבו הטהור, און ארויסברענגענדיג שטארקע דברי חיזוק ונחמה ווי אזוי מען דארף אנגיין און אומגיין אין אזעלכע מצבים און ווי ווייט דער אייבערשטער דער אבי היתומים קוקט ארויס אז מיר אלע זאלן זיין אמת'דיג בשמחה.


צום ענדע האט מען געהערט דברי בדחנות לכבוד שמחתן חתן וכלה דורך בדחן הר"ר וועלוועל פלדמאן וועלכע האט ארויפגעברענגט א ברייטע שמייכל אויף אלע יתומים. די קינדער האבן פארלאזט די גאר רייכע נאכט אנגעפילט מיט התחזקות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן מיט א שמחה!  











Comentários


bottom of page