top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות ניו יארק גרייט זיך מיט התרגשות דקדושה צו געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א

מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידים ואנשי מעשה תושבי ניו יארק גרייטן זיך מיט התרגשות צו עטנפאנגען דעם אורח הגדול פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א וועלכע קומט צו פארן קיין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע לטובת מוסדותיו הקדושים און מחזק זיין עדת צאן מרעיתו, חסידיו ומעריציו.


די לעלוב ניקלשבורגער רבי שליט"א - מנקיי הדעת שבירושלים איז א זון פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע, און פירט אן זיין שיינעם הויף בפלטרין של מלך אויפן אלטן פארצייטישן שטייגער, ווי פילע חסידים ואנשי מעשה און מבקשי השם קלאמערן זיך לאורו הבהיר. זעלטן וואס די רבי שליט"א פארט ארויס פון ירושלים פראווענען שבתים אין די פרעמד, און אצינד וועלן תושבי ניו יארק האבן די זעלטענע זכיה לחסות בצל הקודש און זיך דערווארעמען ביי די לעכטיגע תפילות און טישן בנהירו דאנפין.


מארגן דאנערשטיג וועט די רבי שליט"א מופיע זיין בהדרו בשערי העיר בארא פארק, וואו די רבי וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' הערשל ווידער הי"ו, די וואך שבת וועט די רבי פראווען די תפילות ועריכות השולחנות ברוב עם הדרת מלך אין די ספינקא זאל אויף די 56'סטע גאס אין בארא פארק. די קומענדיגע שבת פ' בהר וועט די רבי שליט"א וויילן אין מאנסי, וואו די רבי וועט אויך פראווען די מעמד הדלקה רבתי ל"ג בעומר לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי במקהלות חסידים ואנשי מעשה תושבי מאנסי.


Comments


bottom of page