top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע מסיבה 'עץ הגן' פאר נדיבי עם קודש תומכי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב

דיסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם זונטאג נאכט ראש חודש אדר ב' איז פארגעקומען א עלעגאנטע מסיבה 'עץ הגן' געאייגענט פאר די נדיבים בעם, תומכי מתיבתא עץ חיים ד'באבוב אין בארא פארק. די מסיבה איז פארגעקומען אין די נייע זאלן פון בית ברכה אין בארא פארק אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


אנהייב פונעם מעמד איז פארגעקומען א אינהאלטסרייכע פאנעל אלעס ארום די גזירת החינוך מיט די עסקנים החשובים ר' משה דוד נידערמאן, ר' יואל ראזענפעלד און די בארימטע אדוואקאט פון די פעירלס ארגאניזאציע אבי שיק, וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן אלע דעטאלן ארום די גזירה - היינט אין אמאל, און די לעגאלע מיטלען וואס זענען גענומען געווארן דערקעגן אין די לעצטע צענדליגע יארן. 


דערנאך איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ערשינען אין זאל אינאיינעם אינאיינעם מיטן נואם הכבוד כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט שיינע ענינים צווישן זיך און דערנאך האט האדמו"ר מסטיטשין אויפגעטראטן מיט א הערליכע דרשה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון שבט זבולן תומכי תורה, באגלייט מיט טרעפליכע דברי זכרון אויף מחותנו הבלתי נשכח הרבני הנגיד ר' לייבל רובין ז''ל וואס די דיננער איז געווען מוקדש לעילוי נשמתו, די רבי האט מסיים געווען מיט א ברכה לראש משביר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


דערנאך האט כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט''א משמיע געווען דברות קודש און מקדם געווען בברכה ידידו ורעו די סטיטשינער רבי, די רב האט דערמאנט די נאנטע ידידות וואס גייט צוריק לאנגע יארן און ארומגערעט מיט ווייטאג איבער די בשורה לא טובה, איבער די שוועריקייטן וואס האדמו"ר מסטוטשין ובני קהילתו זענען דורכגעגאנגען די לעצטע תקופה ביים איבערבויען דאס ביהמ''ד און ווארעם אנגעוואונשטשן אז די רבי זאל בקרוב גרינגערהייט אויפבויען דעם נייעם ביהמ"ד גדול ומפואר על תילה בנויה.


די רב האט מאריך געוועהן איבער די חשיבות פון שטיצן אזא הערליכע מקום תורה ווי די מתיבתא הקדושה וואס אירע ווענט זענען אנגעזאפט מיט אזויפיל תורה ויראת שמים און דערמאנט לשבח די זקנים היושבים בישיבה שוין א יובל יארן ה"ה הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן הרה"ג ר' חיים דוד בלום, הרה"ג ר' יודל לעזער און הרה"ג ר חיים געללער.


דערנאך אז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש ווי די רב האט אנגעוואונטשן אלע משתתפים מיט ברכת קדשו לרוב. ביים מעמד איז פארטיילט געווארן א הערליכע ספר 'תורת רבותינו' מיט דברי תורה פון אדמור"י בית באבוב און יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אויף די ד' פרשות.






























bottom of page