top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

החודש הזה לכם: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וועט וויילן אין אשדוד אויף 'חודש אייר'‎

דינסטאג פ' מצורע • ח' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: הושע פרוכטר


בשמחה רבה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי תושבי אשדוד איבער'ן לענגערן ביקור מרומם וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט אפרעכטן בקרב העיר, ווי עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער רבי וועט מופיע זיין בהדרו בשערי העיר און דארט פארוויילן אויף אריבער דריי וואכן, במשך דעם קומענדיגן חודש אייר.


די בשורה טובה ערוועקט א כוואליע פון פרייד ביי די טויזנטער תושבי העיר, ובפרט די הונדערטער חסידי וויזניץ תושבי אשדוד, וועלכע רישן זיך מיט התרגשות צום לעכטיגן חודש ווען דער 'מלך קומט אין שטאט אריין', און וועט מאציל זיין מהודו וזיוו אויף א פערזענליכן פארנעם פאר די תושבי העיר וואס וועלן אריינכאפן די געלעגנהייט לחסות בצל קדשו און זיך ווארעמען ביי די הייליגע תפלות און טישן וואס דער רבי וועט אפרעכטן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אין שטאט אשדוד אויף אזא גרויסן פארנעם.


באזונדער רישט מען זיך מיט שמחה דקדושה צום היסטארישן "שבת ערב ל"ג בעומר", שב"ק פרשת בהר, וואס דער רבי וועט אפרעכטן ברוב עם פאר כלל תושבי אשדוד, מיט'ן השתתפות פון הונדערטער חסידים פון איבער ארץ ישראל וואס וועלן קומען צו פארן מיטלעבן דעם שבת.


דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסער מעמד הדלקה מוצש"ק ליל ל"ג בעומר, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א תחת כיפת השמים, ווען דער רבי וועט באש קודש מדליק זיין די מדורת אש לכבוד התנא אלקי רשב"י, און מעריך זיין פייערדיגע מחולות בשירה וזמרה לכבוד היום.


צומארגנס זונטאג בחוקתי נאך שחרית וועט דער רבי פראווען די חאלאקעס פאר די צענדליגער ילדי החסידות און תושבי העיר, און מעריך זיין דעם שולחן הטהור לכבוד היום.


במשך די גאנצע חודש וועט דער רבי אויפנעמען דעם ציבור תושבי העיר לעצה ולברכה, און עס וועט זיין א געלעגנהייט פאר כל הקהל הקודש, דורך א באשטימטן סדר, אריינצוגיין בקודש פנימה און נהנה זיין עצה ותושי'.


גלייכצייטיג וועט דער רבי אויסנוצן די ימי הביקור צו באזוכן די סניפי המוסדות הקדושים דחסידי וויז'ניץ וואס האט פרעכטיג אויפגעבליעט די לעצטערע יארן לשם ולתפארת, און אפרעכטן געהויבענע באזוכן ביי די רבני העיר.


 די עסקנים זיצן שוין די יעצטיגע טעג אויף העפטיגע באראטונגען אנצוגרייטן דעם לענגערן ביקור מרומם וואס וועט איבערלאזן א רישומא קדישא בקרב העיר.

bottom of page