top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפינסק קארלין ביים ציון פונעם ינוקא אין פראנקפורט אונטערוועגנס קיין ניו יארק‎

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מיטוואך האט זיך כ''ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט''א ארויסגעלאזט אין וועג קיין ניו יארק, אונטערוועגנס האט זיך די רבי שליט''א אפגעטשעלט אין שטאט פראנקפורט - דייטשלאנד אויף עטליכע שעה וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון הרה''ק רבי ישראל מסטאלין זכר צדיק לברכה באקאנט אלס דער 'ינוקא'.


אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי אנגעקומען צום ציון אויפן נייעם בית החיים אין פראנקפורט, וואו די רבי האט מתפלל געוועהן ביים אריינגאנג צום בית החיים זייענדיג א כהן. נאכמיטאג האט די רבי געדאווענט מנחה אינעם בית חב''ד אין פראנקפורט וואו די תושבי המקום זענען דורך שלום נעמען אין די רבי האט איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים אין קינדער - צעירי הצאן.


אויפדערנאכט האט די רבי ממשיך געוועהן די נסיעה קיין ניו יארק וואו די רבי וועט זיך אופהאלטן די קומענדיגער צוויי וואכן לטובת מוסדותיו הק'. דעם שבת וועט די רבי פראווען אין עיר התורה לעיקוואד.








Commentaires


bottom of page