מיטוואך פ' בא • ז' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

כלל תלמידי וחסידי וויען האבן זיך צוזאמגענומען דעם מוצאי שבת ביים גראדיעזן מעמד 'כתבינו' ווי מען האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לזכותו פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א. א פלאטע פון באסעס האבן געפירט דעם ציבור צום מעמד פון אלע היימישע געגענטער. א ברייטע מלוה מלכה איז געועון צוגעשטעלט פארן גאנצן ציבור בעלי בתים ואבריכים אין ביהמ"ד און פאר די בחורים אין תלמוד תורה.
דער באקאנטער פה מפיק מרגליות הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש האט געדינט אלס יושב ראש און האט אנגעווארעמט דעם ציבור זיך אנצושליסן מיט א שותפות אין די ספר תורה און דערביי שטיצן מוסדות הקדושים. ער האט דערמאנט אז אצינד ווערט שוין צוויי און דרייסיג יאר זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די כתר הרבנות, בגמטריא 'לב', און אז דער רבי האט אוועקגעגעבן דאס הארץ פארן כלל, אויפצובויען די הייליגע קהלה נאה וחסידה על מי מנוחות. דאן האט מען געהאט די זכיה מקבל צו זיין את פני הקודש בשירה ובזמרה.
כ"ק האדמו"ר מצאנז זוועהייל שליט"א האט אויפגעטראטן מיט דברי ברכה און ארויסגעברענגט די חובת השעה צו נעמען א חלק אין די ספר תורה. דאן האט אויפגעטראטן דער מנכ"ל המוסדות ר' יוסף לעפקאוויטש וועלכע האט פארגעלייגט פארן ציבור די שווערע לאגע אין וואס די מוסדות געפונט זיך און מען מושטעט זיך צו באצאלן גרויסע חובות וואס האבן זיך געשאפן מיט די אויפבוי פון די צוויי נייע בנינים אדירים וואס מ'האט לעצטענס פארענדיגט און אזוי אויך איז פארהאן פלענער אויפצובויען נאך א בנין פאר די ישיבה קטנה אבער כסף מנלן. דעריבער בעט מען דעם ציבור זיך אנצושטרענגען און נעמען א חלק אין די ספר תורה. ער האט אויך אנגעמערקט אז פארן רב שליט''א איז זייער שווער אנגעקומען אנצונעמען די פארשלאג פון שרייבן א ספר תורה לזכותו, וואס ווי באקאנט שטייט דער רבי אוועק פון פראפעגאנדע און כבוד, אבער צוליב די נחיצות הענין וויסענדיג אז דאס וועט אריינברענגען אן הכנסה פאר די מוסודת, האט דער רבי מסכים געווען בלית ברירה.
דאן האבן די מושררים אין שפיץ פון ר' יששכר גוטמאן געזינגען ניגונים און מ'האט זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט''א. צום קלימאקס האט די רבי אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה בעת ווען די גאנצע ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד התורה.















Comments