הונדערטער חסידים ומעריצים מיטגעהאלטן הערליכע חתונה במעונו פון האד' מקרעטשניף סיגעט וומסב''ג
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' תצוה • ו' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ / אייזיק ג.
מיט גרויס התרגשות של שמחה האבן חסידי קרעטשניף סיגעט אין ניו יארק מיטגעלעבט די גרויסע שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, זייענדיג די ערשטע חתונה אינעם רבינס הויף נאך'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה.
שטייענדיג בלויז געציילטע חדשים נאך דעם גרויסן פארלוסט מיטן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצוק''ל בעל "רזא דאמונה", האט די שמחה ארויפגעברענגט טיפע געפילן פון בענקעניש צו די לעכטיגע זמנים ווען מען האט זוכה געווען אז דער רבי זצ"ל האט באשיינט די שמחות, און במיוחד ווען דער רבי ז"ל קומט אראפ פונעם עולם העליון אינאיינעם מיט זיינע אבות הקדושים זיך מיטצופרייען מיט די גרויסע שמחה ביי בנו חביבו דער רבי שליט"א.
די חתונה איז פארגעקומען אין אולם תפארת עלקא אין מאנסי, וואו א גרויסער עולם חסידים און מעריצים האט געשטראמט, אריינגערעכנט פילע געסט פון ארץ ישראל, לאנדאן, מאנטשעסטער און קאנאדע.
ביי די קבלת פנים האט בדחנא דמלכא ר' מענדל פריעדמאן הי"ו מיט פלאמיגע דיבורים מעורר געווען זכות אבות, באזונדער דערמאנענדיג דעם זיידן דער קרעטשניפער רבי בעל רזא דאמונה הכ"מ שטייענדיג נאך אין די שנת האבילות.
ביים מעמד החופה, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א, מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די זיידעס פון כלה הגה"צ אבד"ק האניפאלי שליט"א, הגה"צ אב"ד נאפקער שליט"א, דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, און דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א, מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א.
נאכן חופה האט מען געהערט דברי ברכה פון די זיידעס האדמורי"ם מסקאליע און נאדבורנא לינסק, און דערנאך פונעם געהויבענעם מחותן דער רבי שליט"א וועלכע האט מעורר געווען זכותו של אבא און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע משתתפים ביי די שמחה, דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
אינעם זאל איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודת מצוה, און נאך א קורצע הספקה זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען צו די סעודת החתונה, ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם ברייטן ציבור, דאן איז דער חתן ערשינען אין צענטער פון זאל, וואו מען האט ממשיך געווען אין געהויבענע און פרייליכע ריקודין, באזונדער ווען די געהויבענע מחותן האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א איז געטאנצן מיט בנו החתן מיט גרויס התלהבות.
דורכאויס די שמחה האט זיך אנגעזען דאס השתתפות פון פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי האדמורי"ם מקראלי, סקולען מאנסי, סטאניסלאוו, ניקלשבורג, זוטשקא, זאבלטוב, קעכעניא, מבקשי השם, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד קהל יראים מאנסי, אב"ד סאמבור, אב"ד תהלה לדוד קרעטשניף קרית יואל, אב"ד קדושת צבי וויליאמסבורג און דומ"ץ טאהש קרית יואל.
ביים ענדע פון די ריקודין זענען ערשינען אינעם זאל די חשובע ברודער פונעם רבי'ן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א און הרה"צ ר' יואל זוסמאן ראזנבוים שליט"א מקרעטשניף קאנאדע, וואס זענען ספעציעל געקומען צו פארן צו די שמחה, און די ברודער הרה"צ רבי מאיר אריה לייב ראזנבוים שליט"א וועלכע האבן במשך די סעודה זיך אויפגעהאלטן אין א באזונדערע שטוב אינעם זאל צוליב די אבילות, און האבן ביים ערשיינען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיטן רבי'ן שליט"א דער מחותן בשבת אחים גם יחד.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער פעטער מצד הכלה הגה"צ אבד"ק סאלקא מאנסי שליט"א, און מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים.
דער הויכפונקט פון די נאכט איז געווען דער געהויבענער מעמד המצוה טאנץ, וואו בדחנא דמלכא ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו פון קרית יואל האט מהנה געווען מיט גאר הארציגע גראמען בגודל השעה. צוערשט איז אויפגערופן געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וועלכער איז געטאנצן מיט א געוואלדיגע אצילות בדרך אבותיו הקדושים.
דערנאך איז געטאנצן דער זיידע הגה"צ אבד"ק האניפאלי שליט"א, נאכגעפאלגט מיט דעם טאנץ פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא לינסק שליט"א און דער זיידע הגה"צ אב"ד נאפקער שליט"א מיט התלהבות און שמחה של מצווה.
דער קלימאקס איז געווען ווען מען האט אויסגערופן דעם אבי החתן, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א צום עבודת הריקודין, נאכן גראמען האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב, מען האט ממשיך געווען מיט'ן זינגען ניגוני התעוררות בצוותא חדא, און דער רבי שליט"א האט פארגעזונגען זכרנו לחיים, דאן איז דער רבי שליט"א געטאנצן לפני הכלה בלבת אש קודש בעוז ותעצומות. דער רבי האט געהויבן דעם זאל מיט הונדערטער משתתפים אין די לופטן טפחיים על הקרקע, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט די חתן מחותנים און בני משפחת המלוכה, און מיט אלע אורחים חשובים.
נאך דעם רבי'ן האט אויך געטאנצן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א וועלכע האט אפגעראכטן די ריקודין מיט א באזונדערע התלהבות דקדושה וואס האט אריינגענומען דעם גאנצן זאל אין א פרייליכע שטימונג, און דערנאך די אנדערע ברידער און שוואגערס הרבנים שליט"א בנין וחתנין רבנן פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, דערנאך איז געטאנצן דער אבי הכלה, און צו לעצט דער חתן לפני הכלה. די שמחה איז געשלאסן געווארן באשמורת הבוקר נאך פיר אזייגער פארטאגס ברן יחד כוכבי בוקר.




























































תגובות