top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכער מסיבה לטובת בנין בית רחל החדש אין בארא פארק מיוחד פאר אברכי סאטמאר בארא פארק

מוצאי שבת פ' כי תשא • כ"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א רייכע באנקעט איז אפגעראכטן געווארן די וואף מאנטאג אין שטוב פון האברך ר׳ ברוך מענדלאוויטש הי״ו אין בארא פארק, מיוחד פאר אברכי ק"ק סאטמאר אין בארא פארק לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית רחל החדש פון די סאטמארער מוסדות אין שטאט. די מסיבה איז געקרוינט געווארן מיט די פערזענדליכע השתתפות פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א - נשיא המוסדות וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין בארא פארק צו באשיינען בראש המסיבה.


עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרב מרדכי יעקב ראזען שליט״א אין האט אויפגערופן הנגיד ר׳ נפתלי צבי שווארטץ הי״ו חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האט ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר די אינגעלייט בשם הנהלת המוסדות, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה אויף די וואכעדיגע סדרה ובעניני דיומא פורים קטן, און דערנאך ארומגערעדט איבער די פעולת פון ההר"ק מסאטמאר זי״ע אויף חינוך הבנות, און די זכיה פון צוהעלפן צו דעם, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די מוסדות אין בארא פארק וואס וואקסן און בליען לשם ולתפארת, אין דערמאנט די חברי וועד קרן הבנין וואס געבן זיך אזוי איבער פאר דעם פראיעקט, ובמיוחד פארן בעל אכסניא פון די מסיבה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים.


דערנאך האבן די אינגעלייט געהאט די זכיה איבערצוגעבן די סכומים אדירים לידיו פון רבין, ווען בסך הכל איז געשאפן געווארן איבער צוויי הונדערט צוואנציג טויזענט דאלער מנדבת לבם פון די אברכי הקהילה, דערביי האט דער רבי געחתמ׳ט די שטרות און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.


פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר׳ נפתלי צבי שווארטץ הי״ו חבר הנהלת המוסדות וועלכע האט אינאיינעם מיט זיין שותף הנגיד ר׳ יושע גאלדבערגער הי״ו חבר הנהלת המוסדות - אפגעקויפט א זכות הכתה אינעם בנין הבית רחל פארן פאנטאסטישן סכום פון העכער צוויי הונדערט טויזענט דאלער, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר, אין דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר ר׳ נפתלי צבי הי״ו און די בני המשפחה.












bottom of page