דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ערשינען אויף א באזוך אינעם תלמוד תורה "מבקשי השם" אין בארא פארק וואס איז געשטאנען בנשיאות פונעם פאטער די קאסובער רבי ז"ל. דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן פאר די ילדי תשב"ר מיט ווארעמע דברי ברכה והדרכה במשנתו פונעם רבי'ן ז"ל און המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל, און דערנאך פארטיילט משניות פאר אלע קינדער, וואס זיי וועלן לערנען פרקי משניות לע"נ דעם רבי'ן ז"ל און דער משגיח נשיאי התלמוד תורה.



Comments