top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט לאנדאן מיטגעהאלטן זעלטן פייערליכע הדלקה דורך המשפיע הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שב"ק פ' אמור • י''ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

א ציבור עצום פון אריבער צוויי טויזנט אידן תושבי לאנדאן האבן דעם פרייטאג ערב שבת מיטגעהאלטן דעם זעלטן פייערליכע הדלקה, וואס איז ערשטמאליג אפגעראכטן געווארן בראשות הרה"צ המשפיע רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב-לאנדאן, וואו מען האט פאר לאנגע שעות זיך געקאכט בתורת הרשב"י מיט א טיפע קשר צום רבונו של עולם.


הרה"צ רבי שמעלקא שליט"א איז דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר רבי אלתר מלעלוב זצ"ל, און א ברודער פון די וועלט-בארימטע אחים המשפיעים מלהיבי לבבות ישראל, לבית לעלוב, שוין מערערע יארן וואס ער איז משפיע מבאר תורתו והדרכתו פאר פילצאליגע אברכים ובחורי חמד אין שטאט לאנדאן תורה וחסידות אויף א געהויבענעם פארנעם, און אצינד איז ער נעתר געווארן לבקשתם פונעם ציבור וועלכע האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט שיפוצו מעיינותיו חוצה.


די הדלקה איז פארגעקומען ביום ל"ג בעומר, פרייטאג מיטאג, אויפ'ן ריזן שטח ביים חצר פונעם אולם "יסודי התורה", וואס איז געוועהן אויסגערישט מיט פארענטשעס און א גיגאנטישער חלל אינדערמיט צו אקאמאדירן דעם פלייץ משתתפים מאסן תושבי העיר אין צווישן זיי פילע רבנים, ואנשים חשובים פון שטאט וועלכע האבן מיט רגשי להבה מיטגעלעבט די געהויבענע שעה'ן בשמחת הרשב"י בצלו פונעם משפיע הרה"צ רבי שמעלקא שליט"א.


בנועם לשונו האט דער משפיע אויפגעפלאמט די הערצער לאביהם שבשמים, און מעורר געווען צו מתפלל זיין למען חולי ישראל און פאר ישועות ביי גאנץ כלל ישראל. בפרט האט דער משפיע מזכיר געוועהן די צוויי עמודי העיר דער מרא דאתרא כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א לרפואה שלימה.


הימל שפאלטענדע קולות וברקים האט זיך געהערט פונעם גאנצן ציבור ביים אויסשרייען מיטן משפיע יבטל כל הגזירות און יכול לפטור העולם, אויפן שטייגער וואו מען איז צוגעוואוינט ביי זיין ברודער המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, און דערנאך די זעלטן פרייליכע און לוסטיגע טענץ ביים אנצינדן די מדורה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. דער זכות ההדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אהרן גאלדמאן הי"ו מחשובי חסידי גור אין לאנדאן, פאר די פאנטאסטישע סומע פון 15,000 דאללער.


בשעתן מעמד האט דער משפיע אריינגעווארפן א בגד אינעם מדורה וואו עס איז דער מנהג ישראל, און אויך מכבד געוועהן הגה"צ רבי מענדיל טאגער רב ביהמ"ד לעלוב לאנדאן אריינציווארפן א טייערע ירושלימער גארטל אינעם פייער, די מעמד האט אנגעהאלטן שעהן לאנג ביז נאנט צום זמן כניסת השבת ווען דער ציבור האט זיך צושפרייט מיט געהויבענער געמיטער.








































bottom of page