האד' מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק לרגל שמחת פדיון הבן פון אן אייניקל
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' וארא • כ"ה טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
מיט גרויס הערצה האבן חסידים און אנשי מעשה אין ארץ ישראל אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ הקודש לרגל די שמחת הפדיון הבן פון א אייניקל, בן הנולד ביי זיין זון הרב פנחס חיים רוזנבוים שליט"א, אן איידעם ביי הרה"צ ר' שמעון שלמה לייזער שליט"א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל פאריגן דאנערשטאג נאכמיטאג און צוגעפארן צום בית האכסניא אויף רחוב זוננפלד אין ירושלים, וואו א גרופע חסידים האבן אים אפגעווארט און מען האט געדאוונט מנחה. שפעטער ביינאכט האט מען געדאוונט מעריב אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אויף רחוב ראפאפארט, וואו דער רבי האט געדינט אלס בעל תפילה, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד "קבלת פנים", ביי וועלכע דער רבי האט משמיע געווען מדברות קדשו און ארומגערעט בשבח פונעם ביהמ"ד וואס ווערט ווייטער געפירט ביד רמה דורך זיין עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א. נאכן מעמד קבלת פנים האט דער רבי באזוכט זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א בבית מדרשו אין די בית ישראל געגענט, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס און די רבי'ס האבן זיך פארשפארט ביחידות א לענגערע וויילע.
דעם שבת קודש האט דער רבי געפראוועט אויף א געהויבענעם פארנעם, די תפילות זענען פארגעקומען אינעם ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אויף רחוב ראפאפארט, באותו מקום קדוש שהתפלל בו אביו די רבי זצ"ל בעל רזא דאמונה, דער געהויבענער טיש פרייטאג צו נאכטס איז אפגעראכטן געווארן אינעם היכל השולחנות אין ביהמ"ד הגדול פינסק קארלין אין די בית ישראל געגנט, וואו הונדערטער אידן האבן געשטראמט זיך אנצוווארעמען מיט'ן קרעטשניפער ברען.
מוצאי שבת איז פארגעקומען די שמחת הפדיון הבן אינעם סאטמארער זאל אויף רחוב יואל אין ירושלים. אלס כהן הפודה האט געדינט דעם רבינ'ס שוואגער, הגה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש. ביי די סעודת מצווה און מלווה מלכה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, וואו ער האט בתוך דבריו אויסגעדרוקט די שמחה מיטן המשכת שלשלת הקודש אין ירושלים דורך זיין ברודער די קרעטשניפער רבי פון כפר עטה וואס האט זיך באטייליגט ביי די שמחה, און באדאנקט די עסקנים וואס האבן אהערגעשטעלט די גאנצע שמחה און די געהויבענע שבת כראוי וכיאות.
זונטאג מיטאג איז דער רבי ארויף צום הר הזיתים אויף א מעמד התפילה ביים ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל און זקינו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל, לקראת די שמחת החתונה פון בנו החתן וואס וועט פארקומען דעם ווינטער, דערנאך איז דער רבי ארויף צום אוהל אדמור"י בית נדבורנא און פוקד געווען קברי אבותיו הקדושים למעלה בקודש.
מאנטאג נאך מנחה האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וואו מען האט ארומגעשמועסט זכרונות פונעם פאטער דער רבי בעל רזא דאמונה זצ"ל, און האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט געוואונטשן ברכות לרוב פארן רבי'ן און בנו החתן. דערנאך האט דער רבי אויפגענומען דעם עולם פאר א לענגערע צייט אין זיין אכסניא. דינסטאג אויפדערנאכט איז געווען אויף ביקור גומלין דער ברודער האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, און שפעטער ביינאכט האט זיך דער רבי צוריקגעקערט למעונו אין וויליאמסבורג, איבערלאזנדיג א טיפן רושם ביי די חסידים ומעריצים אין ארץ ישראל.





















תגובות