top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אות ברית קודש • שמחת הברית אין די הויפן פון תולדות אברהם יצחק אין סאסוב | בילדער

מיטוואך פ' במדבר - כ"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות


כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז היינט אין די פארמיטאג שעהן אנגעקומען קיין קרית ישמח משה בשכינות פון בני ברק לרגל די שמחת הברית פון א געדאפלטע איר אייניקל, בן הנולד ביי נכדו הרב שלמה קאהן א זון פון בנו הגה"צ ר' יואל קאהן אב"ד תוא"י לאנדאן און איידעם ביי חתנו הגה"צ ר' העניך טייטלבוים אב"ד סאסוב ירושלים בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די סאסובער ישיבה אין קרית ישמח משה וואס שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.


די רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און די זיידע כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן די זיידע הגאון הגדול רבי שמואל בראנסדארפער חבר בד''ץ העדה החרדית, נאכן ברית האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א געוואשן צום סעודת ברית אין די זאלן פונעם בנין הישיבה, און במשך די סעודה פארברענגט שמועסנדיג שיינע זכרונות און סיפורי צדיקים, נאכן סעודה האט זיך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אומגעקוקט ביי די נייע מקווה טהרה אין די ישיבה אינאיינעם מיט מחותנו הגאון רבי שמואל בראנסדארפער ווי מען האט באטראכט די פילע חומרות והידורים וואס די נייע מקוה פארמאגט.


שפעטער באנאכט איז פארגעקומען בקודש פנימה ביים רבין די שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון אן אייניקל החתן בן לבנו הרה''צ רבי דוד צבי קאהן אב''ד תוא''י בית שמש חתן כ''ק האדמו''ר מקרעטשניף סיגעט שליט''א מיט די כלה א טכאטער פון הרה''ג ר' יעקב ניישלאס בן הגה"צ אב"ד סעהרדאלי ב"ב אין איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע אשר רבינוביץ מזעליחוב.































































Comments


bottom of page