יערליכע מעמד התפילה ביים מקום משכן שילה כמסורת כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בראשות האד' מקאסוב
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך,JDN
ווי יאר יערליך איז אויך דאס יאר אפגעהאלטן געווארן דער געהויבענע מעמד התעוררות און תפילת רבים אויפן ארט וואו עס איז געשטאנען "משכן שילה" וואס איז די לעצטע יאהרן נתפרסם געווארן אלס א מקום מסוגל פאר ישועות, נאך וואס כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל האט מיט אריבער פופצן יאר צוריק מגלה געווען די קדושת המקום דארט ווי חנה האט אויסגעפוילט זרע של קיימא, און אויסגעטראטן די כח התפילה לדורות.
דאס יאר האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א באשטימט די מעמד אויף מאנטאג שופטים העעל"ט, די מעמד איז געווארן אנגעפירט דורך הרב חיים מאיר שטיינמעץ הי"ו יושב ראש ארגון 'שמחתי בישועתך' וואס טוט אויף גדולות ונצורות למען קדושת המקום. די מעמד איז געווען מיט די השתתפות פון א גרויסע ציבור חסידים ואנשי מעשה, און חסידישע בעלי מנגנים האבן מהנה געווען מיט ווארימע און פרייליכע ניגונים.
תיכך נאך תפילת מנחה האט מען אנגעהויבן די ניגוני דביקות און די פיוטים פון די תפילות ימים הנוראים בנוסח קאסוב - וויזניץ, וואו אידן האבן זיך אויסגעוויינט בדמעות שליש, און דאס התעוררות איז געווען אומבאשרייבליך. דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג איבערן קדושת המקום, און דער רושם פון דעם הייליגן ארט וואס איז פאר הונדערטער יארן בזמן המשכן געווען ווי א צינור פון שפע, וואס איז קאי וקיים ביז צום היינטיגן טאג, און וואו מען מען זעהט בחוש, בפרט די לעצטערע יארן די ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידישע קינדער האבן זיך אויסעגעבעטן אויף דעם מקום קדוש.
עקסטער האט דער רבי שליט"א מעורר רחמים געווען לאור די ביטערע גזירת הגיוס, וואס הויערט אויף לומדי תורה אין ארץ ישראל און אויך מזכיר געווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הזקוק לרחמי שמים, ורבים צריכים לו.
דאן האט מען מיט גרויס התעוררות ותחנונים אינאיינעם געזאגט דער תפילת חנה וואס איז מסוגל געהאלפן צו ווערן מיט זרע של קיימא און זעהן נחת פון די קינדער. און מען האט דערביי מוסיף געווען די 15 שיר המעלות און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פארן וויזניצער רבי'ן, מרן ישראל בן לאה אסתר, בתוך שאר חולי ישראל.
צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, און די גאנצע ציבור איז דורך מיט קוויטלעך, צווישן זיי פילע אידן וועלכע ווארטן אויפגעראכטן צו ווערן מיט קינדער, זיווגים הגונים, און כל מיני ישועות. די רבי האט גאר א לאנגע צייט קרוב צו צוויי שעה, געוואונטשן יעדן באזונדער במאור פניו און מיט פיל ברכות, און פארטיילט פירות פאר אלע משתתפים.























תגובות