זעלטן געהויבענע שבת לנגידים געפראוועט על יד הכותל המערבי בצילא קדישא פון האד' ממאחנובקא בעלזא
- sfbechatzros
- לפני יום 1
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

א זעלטן געהויבענע שבת איז אריבער אויף די קרוב צו הונדערט חסידים און תומכים בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא, וואס האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן א שבת בצילא דמהימנותא עילאה אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, על יד הכותל המערבי שריד בית מקדשינו, מקום אשר לא זזה שכינה מעולם, וואס די רבי שליט"א האט געפראוועט ספעציעל מיט די גרעסערע נדיבים בעם תומכים פון די מאחנובקא בעלזא מוסדות אין בית שמש.
די תפילות, סעודות און עריכות השולחנות דורכאויס שבת זענען פארגעקומען אין בנין פון ישיבת פורת יוסף וואס איז פראכטפול אהערגעשטעלט געווארן כראוי וכיאות לכבודם פון די חשובע נדיבי לב.
די רבי שליט"א איז שוין אנגעקומען אין אלטשטאט דאנערשטאג נאכט וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז איבער שבת אין א אכסניא נישט ווייט פונעם מקום המקדש, פרייטאג אינדערפרי האט די רבי געדאוונט שחרית ביים כותל אינאיינעם מיט די חסידים תומכים וואס זענען געקומען צופארן פון אייראפע מיטצוהאלטן דעם שבת מרומם, דערנאך איז די רבי אריינגעפארן אין שטאט צום שמחת הברית בחצר הקודש ראחמיסטריווקא וואו די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ווי ברייט באריכטעט.
סמוך לכניסת השבת איז די רבי ערשינען אויף א דאך קעגן איבער דעם מקום המקדש, ווי מען האט געקענט זען די כותל פון די נאנט, די רבי האט דארט אויפגענומען אלע משתתפי השבת נדיבים און תומכים נכבדים. דאן האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה כהכנה דרבה צום שבת פונעם אורח הכבוד און נואם בחסד עליון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן צום שבת, מהנה צו זיין מיט זיינע פערל רייד במשך דעם גאנצן שבת, נאך די פלאם פייערדיגע דיבורים האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע משתתפי השבת להזכר לטובה.
דערנאך האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א פארצודאווענען תפילת מנחה פארן עמוד, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הרה"ג ר' שלום צבי ענגעלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, און דערנאך האט די רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו קבלת שבת און מעריב. נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער זאגן גוט שבת, און מען איז דאן אריבער אינעם היכל הסעודות וואו מען האט אינאיינעם געפראוועט די סעודת שבת און פארברענגט בשבת אחים גם יחד, אנגעפירט דורכן לימינובער רב וועלכער האט געהאלטן געשפאנט מיט זיינע בליציגע רעיונות.
ארום 10:00 איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם, במשך דעם טיש האט זיך די רבי אראפגעלאזט צום ציבור המשתתפים, וירד משה מן ההר אל העם אויף א ליבליכע פארנעם. בין גברא לגברא צווישן די זמירות האט די רבי שליט"א ארומגערעט איבער די מקורות פון די זמירות און ניגונים יסודתם בהררי קודש, און פארשידענע אינטרעסאנטע עובדות ארום די ניגוני קודש. ביי די דברות קודש האט די רבי ארומגערעט מעניני הפרשה, בתוך דבריו האט די רבי דערציילט א עובדא פונעם הייליגן חתם סופר וואס האט זיך אויסגעדרוקט נאך די שווערע ערד צוטערניש אין ארץ ישראל בשנת תקצ"ט אז איינער פון די סיבות דערפון איז געווען דאס אז מען מאכט אן עסק בעיקר פון מירון און צפת, און ירושלים עיר הקודש והמקדש איז ליידער פארגעסן געווארן פון די אידן עולי ארץ ישראל ואין דורש לה.
די רבי האט זיך צוגעגעבן בצחות לשונו אז מן השמים האט מען מעגליך מסבב געווען אז מ'זאל פראווען דעם שבת ביים מקום המקדש דייקא אין א צייט וואס טויזנטער אידן געפינען זיך אין אתרא קדישא מירון, ממתיק צו זיין דעם ענין, דערנאך האט די רבי מכבד געווען הגה"צ לימינובער רב שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברי תורה. מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלום צבי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד דביר קדשו מאחנובקא בעלזא, נאכן טיש האט מען ממשיך געווען דעם באטע אינאיינעם מיטן לימינובער רב שליט"א, ווי מען האט זיך ווייטער דערהויבן מיט געגועים צו די שכינה הקדושה און בנין בית המקדש.
שבת אינדערפרי ביים ליינען האט די רבי איבערגעגעבן די עליה פון שישי פארן לימינובער רב און דערנאך עולה געווען די קריאה פון ויתן לך, דערנאך האט די רבי פארגעדאוונט מוסף פארן עמוד שטייענדיג ערב די יומא דהילולא פון זקינו הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מסקווירא זצוק"ל, נאכן דאווענען איז די ציבור אריבער צום סעודת שבת, נאכן פיש איז די רבי אריינגעקומען און קידוש געמאכט און אפגעראכטן דעם מיטאג טיש ברוב עם, די רבי האט געזאגט תורה און ווידער מכבד געווען די לימינובער רב אויפצוטרעטן, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רבי יוסף מאיר רוקח אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש.
ביי שלש סעודות בעידנא רעווא דרעוין האט דער רבי מרחיב געווען מיט פאסיגע דיבורים בגודל מעלת הצדקה, און דער רבי האט אויסגעדרוקט זיינע טיפע הרגשים נאכן פראווענען שבת אין דעם הייליג מקום.
נאך שלש סעודות איז מען אריבער צום ביהמ"ד ביים רחבת הכותל המערבי ווי מען האט געדאוונט מעריב צווישן דעם המון עם, און דערנאך האט די רבי געמאכט הבדלה ברוב עם, און מען האט אינאיינעם געזאגט ויתן לך. דערנאך האט די רבי געהייסן מ'זאל אריינלייגן די כוללות קוויטל צווישן די שטיינער פונעם כותל המערבי, כאטש וואס אין בעלזא איז געווען א קפידה נישט אריינצולייגן קוויטלעך ביים כותל, און מען האט דערנאך געזינגען ניגוני גלות וגאולה, מיט בענקשאפט און האפענונג צום בנין בית המקדש בקרוב בימינו.
מוצאי שבת איז פארגעקומען א פראכטפולע מלווה מלכה און מסיבת הוקרה אינעם היכל הסעודות ביים בנין פון ישיבת פורת יוסף, וואס איז געווען באגלייט מיט כלי זמר, בשירה וזמרה, מען האט געהערט דרשות פון די רב הקהילה אין בית שמש הגה"צ רבי יוסף מאיר רוקח שליט"א, די אורח הכבוד הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א, און דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א. דערנאך האט הרב הערשל גליק מנהל ישיבה קטנה מאחנובקא בעלזא אין בני ברק פראקלאמירט א באזונדערע אפיעל, צו שאפן דער סכום הגון פון 36 טויזנט דאלאר - די קאסטן פון א שיעור צימער אין די ישיבה קטנה מאחנובקא בעלזא אין בית שמש, לזכותו פונעם רבי'ן שליט"א.
די ציבור האט זיך תיכף ווארעם אנגערופן מיט שיינע סכומים, און די רבי שליט"א זעלבסט האט אויך מנדב געווען א סכום הגון פון טויזנט דאלער, למעשה האט מען דערגרייכט צוויי שיעור צימערן וואס זענען נתנדב געווארן לזכותו פונעם רבי'ן שליט"א לאורך ימים ושנים טובות. צום שלוס זענען אלע נדיבים משתתפי השבת דורך אל מול פני הקודש, ווי די רבי האט פארטיילט שמן זית משיירי שמן מיט וואס ער האט געצינדן די נרות חנוכה פארגאנגענע יאהר, און געוואונטשן יעדן פערזענליך במאור פנים.
די רבי שליט"א איז פארבליבן אין אלטשטאט, ווי ער וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה ביז דעם סוף וואך, און דאווענען די תפילות מדי יום ביומו ביים כותל המערבי.

























































































































































































