האד' מסלאנים באזוכט ביי הגאון ר' משה צדקה שליט"א; הייבט אויס שארפע שטעלונג פון חכמי הספרדים מיטן גזירת גיוס
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ירושלים וואו די רבי האט באזוכט ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות ספרד אלס השלמה נאך די שבעה פון זיינס א ברודער. אינעם שמועס האט די רבי שליט"א גאר שטארק משבח געווען דעם גאון איבער זיין שארפע שטעלונג מיטן גזירת גיוס בני הישיבות וואו ער האט זיך שוין עטליכע מאל אינעם עבר ארויסשטעלט בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא.
איבער דעם ענין האט דער סלאנימער רבי שוין ברבים, משבח געווען די חכמי הספרדים וואס שטייען שארף, אפילו נאך מער ווי די חרדישע קרייזן, נישט אריינצוגיין אויף קיים שום פשרה, און מ'האפט אז מיט דעם כח וועלן די רשעים נישט קענען חרוב מאכן.



