top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערשטמאליגער ״שידוכים פארזאמלונג - לאמיר ברעכן טעלער״ פאררופן דורך קהל יטב לב דסאטמאר

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי,JDN

פארלאפענעם וואך מיטוואך ביום חמשה עשר באב, איז אפגעהאלטן געווארן אן ערשטמאליגער ״שידוכים פארזאמלונג" מיטן נאמען לאמיר ברעכן טעלער, פאררופן דורך קהל יטב לב דסאטמאר, אלס טייל פון די פעולות צו לינדערן דעם שידוכים-קריזיס און ברענגען א ישועה און אויפרעכטונג פאר טויזנטער משפחות פון וועלכע קוקן ארויס אויפגעראכטן צו ווערן.


א ריי זעלטענע פייערדיגע דרשות זענען געהערט געווארן, אַ תורה׳דיגער בליק פון הרה״ג מורה ודאין רבי שמואל יעקב מייזעלס שליט״א, דומ״ץ בקהל יטב לב ד'סאטמאר אין קרית יואל, און פונעם מגיד מישרים הרה"ג רבי אלעזר ניסן רובין שליט״א, וועלכער האט עלעקטעריזירט די פארזאמלטע מיט א מייסטערהאפטיגע דרשה.


דער הויכפונקט איז געווען דער אינפארמאטיווע ״שדכנים פאנעל״, וואו אצל היימישע שדכנים חסידי סאטמאר, האבן זיך אויסגעשמועסט ארגינעל נאטורליך, בקרב קהל ועדה, איבער דער שטארקע פלאגעניש וואס דער ציבור גייט דורך מיט שידוכים, און פארגעשטעלט לעבעדיגע, און פראקטישע, לעזונגען צו ענדיגן דעם קריזיס בס''ד.


מחיל אל חיל, האט מען געלאזט אין גאנג די יערליכע ״שידוכים דרייוו״ איינצופעדימען נייע פרישע אינגע שדכנים אנצוטראגן שידוכים פארן ציבור, מיט די הילף פון דער ״שידוכים האנט ביכל״ וואס פארגרינגערט שטארק אנצוטראגן שידוכים.



bottom of page