הילולת הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל אצל בנו האדמו"ר משבט הלוי
- Bechatzros admin
- 28 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 1 במרץ
דאנערשטאג פ' תרומה • כ"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, JDN
דעם לעצט פארלאפענעם שבת פר' משפּטים איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער "שבת התאחדות" אין חצר הקודש "שבט הלוי" אין בעפארברייטונג צום יארצייט פון דעם עמוד התורה וההלכה בעל "מחשבת הלוי" גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל וראש ישיבת חכמי לובלין אין בני ברק, וועלכער איז נסתלק געווארן מיט פיר יאר צוריק זונטאג לסדר "ויעל משה אל הר האלוקים" פר' משפּטים כ"ה שבט תשפ"א, לדאבון לב משפּחתו החשובה משפּחת בית הלוי המעטירה.
יעצט לכבוד די יארצייט האָָבן אין לויף פון שב"ק זיך צוזאמגענומען מאסן תלמידי וחסידי בית 'שבט הלוי' פון איבער גאנץ ארץ ישראל צו וויילן בצוותא חדא בצל הקודש פון בנו מ"מ ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א אין קרית מלך רב - זכרון מאיר בני ברק.
אין לויף פון דעם גרויסארטיגן שבת האט מען מעלה געווען זכרו הטהור פונעם בעל ההילולא זצוק"ל און מ'האט עוסק געווען במשנת תורתו והנהגת קודשו. דער רבי שליט"א האט פרייטאג צונאכטס אפּגעראכטן דעם שולחן הטהור אין היכל ביהמ"ד הגדול "שבט הלוי" וואס איז געווען מיט'ן השתתפות פון הונדערטער תלמידים וחסידים, ווען ס'איז געזינגען געווארן ווארימע ניגוני שבת וניגוני התעוררות לרגל די הילולא קדישא.
אזוי אויך האבן אלע בחורי החסידות געגעסן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א די שבת'דיגע סעודה פון אינדערפרי, ווען דער קלימאקס פונעם שבת איז געווען בעת רעוא דרעוין וואו דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט אפּגעראכטן די ווארימע שלוש סעודות אינאיינעם מיט די שובבי"ם תורה וואס האט אריינגעדרינגען אין די הערצער פון די מאסן באַַטייליגטע.
מוצש"ק איז פארגעקומען די צענטראלע התכנסות ביי די סעודת ההילולא וואס איז געפּראוועט געווארן בראשות דעם רבי'ן שליט"א מיט די באַַטייליגונג פון הונדערטער חסידים ותלמידים אין שפּיץ פון פילע רבנים ומורי הוראה שליט"א. זונטאג אויפצומארגנס איז מען ארויפגעגאנגען פּוקד זיין דעם ציון הק' אויפ'ן בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער תלמידים ובראשם די קינדער הרבנים הגאונים שליט"א, אין שפּיץ פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א גאב"ד זכרון מאיר וראש ישיבת חכמי לובלין, וואו מ'האגעהויבענער "שבת התאחדות" לרגל יארצייט פון כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצוק"ל געפראוועט בצל בנו האד' משבט הלויט מתפּלל געווען און מעורר געווען רחמי שמים מרובים אויפ'ן כלל און אויפ'ן פּרט.


















תגובות