top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע באזוכן ביי האד' מסקווירא

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, די הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די וועלטס גרעסטע השגחה די OU ארגאניזאציע, מקבל צו זיין ברכת קדשו צום התמנות פון הרב משה עלעפאנט שליט''א אלס רב הראשי פונעם ארגאניזאציע, איבערנעמענדיג דעם אמט פון הרב מנחם גענאק שליט"א וואס האט צענדליגער יארן געדינט דעם פאזיציע.


דער רבי שליט''א האט ארום א האלבע שעה זיך נאכגעפרעגט איבער די OU השגחה וועלכע טוען פארפיגן אויף ריזיגע כשרות אפאראטן אין די גרעסטע פארבריקן און שלאכט הייזער איבער די וועלט, און שטארק מחזק געווען די עסקנים מיט זייער עבודת הקודש צו פארזיכערן אז די כשרות איז אויפן העכסטן סטאנדארט, במיוחד האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן הרב משה עלעפאנט וואס ידיו רב לו אין די פעלד פון כשרות, ער זאל זעהן הצלחה און סייעתא דשמיא במעשה ידיו.



תגובות


bottom of page