top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסלאנים באזוכט ביי הגאון ר' משה צדקה שליט"א; הייבט אויס שארפע שטעלונג פון חכמי הספרדים קעגן גזירת גיוס

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וועלכער איז פאריגע וואך שבוע שלך בו ראש השנה אנגעקומען קיין ירושלים וואו די רבי וועט פארוויילן דורכאויס די ירח האיתנים, האט באזוכט ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות ספרד זיך צו וואונטשן צום נייעם יאר. אינעם שמועס האט די רבי שליט"א שטארק משבח געווען דעם גאון איבער זיין שארפע שטעלונג איבערן קאמפ קעגן די גזירת גיוס בני הישיבות וואו ער האט זיך שוין עטליכע מאל אינעם עבר ארויסשטעלט בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא.


איבער דעם ענין האט דער סלאנימער רבי שוין ברבים, משבח געווען די חכמי הספרדים וואס שטייען שארף, אפילו נאך מער ווי די חרדישע קרייזן, נישט אריינצוגיין אויף קיין שום פשרה, און מ'האפט אז מיט דעם כח וועלן די רשעים נישט האבן קיין שליטה.



תגובות


bottom of page