שואילן ודורשין: שטורמישע "אסיפת הרבנים" אנבאלאנגט מכשול פון אזוי גערופענע "האנט מוצת"
- Bechatzros admin
- 6 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 17 במרץ
דאנשטאג פ' תצוה • ו' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

שטייענדיג שוין אינמיטן חודש אדר ווען דער יום טוב פסח דערנענטערט זיך איז די ווָאך פארגעקומען אין שטוב פון פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א א גאר וויכטיגע אסיפה מיט די באטייליגונג פון עטליכע גדולי הרבנים שליט"א וואו מ'האט בַאהאנדלט די נושא פון "האנט מצות" ווָאס ווערן געמַאכט מיט פארשידענע הילף פון מַאשינען, ווי רעדלען און וועלגערן די מצות און ווערן פארקויפט אין די געשעפטן אלס "האנט מצות".
דער דאזיגער פראבלעם איז שוין מיט עטליכע יָאר צוריק, אין יָאר תשע"ט, ארויפגעקומען אויפ'ן שולחן מלכים מאן מלכי רבנן די שרי התורה חברי הביד"צ שליט"א, וועלכער הָאבן בשעתו ארויסגעגעבן ַא "ּפסק הלכה" דערוועגן אז דָאס קען בשום פנים ואופן נישט ווערן ָא ָ נגערופן "הַאנט מצות" און פאר די אלע ווָאס גייען בשיטתו הקדושה פונעם הייליגן דברי חיים פון צַאנז זי"ע וכל קדושיו עמו און זענען זיך מתנזר פון "מַאשין מצות" טארן עס נישט ארייננעמען אין מויל אין לויף פון די ימי חג הּפסח, און דָאס איז נישט אנדערש ווי די געווענליכע מַאשין מצות.
אין ליכט פון דעם זענען ארויפגעקומען למעון קדשו פונעם פוסק הדור, עטליכע חשוב'ע רבנים, ווען צווישן אנדערן הָאבן זיך אנגעזען, הגאון רבי סיני האלברשטַאם שליט"א רב פון שיכון ג׳ אין בני ברק, הגאון רבי שמחה רַאבינָאוויטש שליט"א בעל הפסקי תשובות, הגאון רבי שמואל יוסף שטיצברג שליט"א רב און מו"ץ אין בית שמש, און הגאון רבי צבי ראזענטאל שליט"א מו"ץ אין בני ברק. די רבנים שליט"א הָאבן פארגעשטעלט פאר'ן גאון שליט"א די טעכנישע מציאות הדברים פון די סארט מצה בעקערייען ווָאס באנוצן זיך מיט עלעקטריק ביים רעדלען און ביים קנעטן און וועלגערן, ווָאס דָאס איז קעגן די דעת תורה פון אלע צדיקי הדורות פון די פריערדיגע דורות אין שּפיץ פון דעם הייליגן צַאנזער רב זי"ע, ווָאס הָאט ווי בַאקַאנט געפירט א מלחמת חרמה קעגן "מַאשין מצות".
אין לויף פון די אסיפת הרבנים איז פארגעלייגט געווארן די דעת תורה פון דעם פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל, פון דעם פוסק הגאון האדיר בעל להורות נתן זצ"ל, און פון נָאך גדולי הרבנים פונעם פריערדיגן דור ווָאס זענען ארויסגעקומען קעגן די נייע סארט מצות. אויך איז פארגעליינט געווארן דער "ּפסק הלכה" פונעם גאון שליט"א ווָאס ער הָאט געשריבן אין יָאר תשע"ט, מיט א שארפע ּפסק קעגן די ווָאס פרובירן צו פארקויפן די סארט מַאשין מצות אלס מכלומר'שטע הַאנט מצות.
ביים ענדע הָאט דער פוסק הדור שליט"א געבעטן פון די רבנים שליט"א אז מ'זאל ווייטער אנהאלטן דעם איסור אויף די דָאזיגע מצות ווָאס שטעלן זיך אהער ווי כמו הַאנט מצות. די רבנים שליט"א האבן דערביי אונטערגעשריבן א פרישע "קול קורא" וועלכע אסר'ט זיך צו בַאנוצן מיט די סארט מצות אויף יו"ט פסח.











תגובות