top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב קומען ארויס אין שטיצע ביי יערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל זכרון חיים ד'באבוב

  • sfbechatzros
  • 24 בנוב׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען אין בארא פארק די יערליכע מעמד כבוד התורה אין די בארימטער כולל זכרון חיים ד'באבוב ווי באבובער חסידים זענען ארויסגעקומען מאנסווייז צו שטיצן די תורה אימפעריע פון די חשובע כולל מיט אירע הונדערטער לומדים און מערערע חבורות בכל מקצועות התורה.


דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים, און דערנאך פארטיילט תעודות פאר קרוב צו הונדערט יונגעלייט וועלכע האבן זיך פארהערט ביי די גדולי רבני עיר בארא פארק אויף פארשידענע מקצועות בהלכה. דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התרגשות ווי אזא שיינעם מספר יונגעלייט האבן זיך משלים געווען אין די מקצועות און עקסטער משבח געווען די חבורה פון לומדי הלכות סת''ם.



תגובות


bottom of page