top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי סערט ויזניץ מיט ווארעמע שטיצע ביי ועידה השנתית לטובת מרכז מוסדות סערט ויזניץ

מיטוואך פ' יתרו • כ"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


אלפי חסידי סערט ויזניץ האבן זיך פארלאפענע וואך צוזאמגענומען ביי די גרויסארטיגע דינער ועידה השנתית לטובת מרכז מוסדות סערט ויזניץ בארץ הקודש, די זמן קהילה לכל וועלכע איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אלס א כינוס כללי פון כלל חסידי סערט ויזניץ ברחבי ארץ הקודש.


די מעמד איז פארגעקומען אינעם פראכטפולן עוועניו זאל אין שטאט לוד, אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א, די גאנצע זאל איז געווען הערליך אויסגעשטעלט אויף א פראכטפולע פארנעם, און א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכל הקהל הקודש.


געשמאקע מוזיקאלישע מאמענטן האבן באגלייט די גאנצע מעמד, אונטער די פירערשאפט פון די מלכות קאפעליע און דער לעגענדארער זינגער ר' יענקי דאסקאל, דער יושב ראש הרב ישראל שטערן פון לאנדאן האט אנגעפירט די מעמד בנועם שיח און זיך הארציג באדאנקט פאר איינער פון די חשובע נגידים מעבר לים וואס האט אויסגעצאלט די יעצטיגע נאכט לזכר נשמתו פון הרה"ק רבי דוד'ל לעלובער זי"ע און דער הייליגער באבא סאלי, שטייענדיג אין די ימי ההילולא.


דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א הערליכע פרעזענטאציע פון די מסעות הקודש וואס די תומכים נכבדים האבן מיטגעלעבט אין די לעצטע תקופה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל אין אייראפע. דערנאך האט דער בעל מנגן ר' יענקי דאסקאל געזינגען גראמען, אין באגלייטונג פון די וואונדערליכע זאמד ווערק פונעם מייסטער מעלער ר' זאב בערנשטיין.


דאן האט מען מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה, מען האט געזינגען פדה בשלום נפשי, און ביי די ווערטער ואני אבטח בך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט אין א פייערדיגע ריקוד. עס האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הגה"צ גאב"ד קוממיות ירושלים, און דער רבי האט געטיילט בעכערס פאר די חשובע עסקנים, הרב מאיר פרוש, הרב יצחק גאלדקנאפף און הרב יעקב טעסלער.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווארעמע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט בגודל מעלת הצדקה, און איבער די בעפארשטייענדע 'שבת תענית דיבור' ווי איינגעפירט דורכ'ן פאטער הרה"ק בעל חכמת אליעזר זצ"ל.


צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע תומכים נכבדים אריבער אל מול פני הקודש, און דער רבי האט פארטיילט א נוסח פיטום הקטורת אויף פארמעט מיט א הערליכע געבינד, אונטערגעשריבן בכתב יד קדשו.









































bottom of page