מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א פלוצימדיגע מעלדונג איז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א פאררופן געווארן א אסיפה נחוצה נאכפאלגענדיג די שוידערליכע אורטייל פון די ציוניסטישע בג"ץ אוועקצונעמען די קארגע ביינדל פון שטיצע פאר די תלמידי הישיבות הק' און די אברכי הכוללים וועלכע דארפן זיך שטעלן צום מיליטער.
ביי די אסיפה האבן זיך באטייליגט איבער דרייסיג חשובע בעלי בתים און נדיבים נכבדים פון די תומכים און עוסקים בצרכי ציבור אין חצה"ק בעלזא. די זיצונג איז אין איילעניש צושטאנד געקומען און איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יהושע ענגל הי"ו אין בארא פארק און אין די זעלבע צייט אין מאנסי אין די שטוב פון הרבני הנגיד הנכבד ר' חיים דוד דייטש הי"ו, ביידע האבן באקומען א פערזענדליכע טעלעפאן רוף פון הר"ר מיכל פירער משב"ק ביים בעלזער רב און די מזכיר הר"ר משה רינגל וואס האבן אויך פערזענדליך גערופן אויפן טעלעפאן יעדע איינציגסטע פון די באטייליגטע אויף די אנווייזונג בפרטיות פונעם רב שליט"א.
די זיצונג איז פארגעקומען מיט טעלעפאנישע פארבינדונג מעבר לים במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכדעם וואס די רבי שליט"א האט מיט זארג פאר די בחורי הישיבות און אברכי הכוללים אויפגעפאדערט אז די נגידים זאלן זיך צוזאמזעצן און אינאיינעם הערן חובת השעה גלייך פון מעון קדשו בעיר השם שמה.
ביי די ספעציעלע זיצונג האט צוערשט בשליחת הקודש אויפגעטראטן דורך א לייוו הוקאפ הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א עלטסטע אייניקל פונעם רב שליט"א וואס האט גערעדט דברים חוצבים להבות אש איבער די שרעקליכע גזירה און פארציילט אז פארלאפענע וואך איז ער געווען בקודש פנימה ביים זיידען די רבי שליט"א אינאיינעם מיט די מזכיר פונעם וועד החינוך הר"ר ישראל שטיינער און ווען זיי האבן אנגעהויבן רעדן אין די נושא פון חינוך האט די רבי שליט"א מיט גרויס צובראכנקייט זיך אויסגעדרוקט "וואס ווילן זיי פון די כולל יונגעלייט, וואס ווילן זיי פון די בחורים".
דערנאך האבן אויך אויפגעטרויטן הרה"ג ר' לייביש קארניאל שליט"א ראש כולל עיון אין ירושלים עיה"ק און די שלוחא דרבנן הרב ישראל אייכלער וואס האבן ארומגערעדט איבער די גרויסע אחריות צו מטכס עצה זיין צו אונטערהאלטן די פינאנציעלע זיילן אז די ישיבות און כוללים זאלן נישט אומפאלן פון די שרעקליכע גזירה.
תגובות