top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עוד יזכור לנו: יום הצלה פון הגה"ק מאונגוואר זצ"ל עקסטאזליך געפייערט קאמבינירט מיט סיום הל' שבת דורך חבורת "כהלכתו"

דינסטאג פ' אמור • ו' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


לרגל דעם יום הצלה ושחרור פון הרה"ק בעל 'משנה הלכות' מאונגוואר זי"ע איז אויף א זעלטן געהויבענעם און פייערליכן פארנעם אפגעראכטן געווארן בקרב ק"ק אונגוואר בארא פארק א דאפלטע חגיגה נהדרה, א סעודת הודאה רבתי לרגל דעם יום הצלה, קאמבינירט מיט א מעמד לכבודה של תורה, סיום אויף גאנץ "הלכות שבת", וואס איז געלערנט געווארן אין ראם פון די בארימטע חבורת "כהלכתו" וואס איז נתייסד און שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א.


דער מעמד איז פארגעקומען זונטאג אויפדערנאכט, אינעם ליל ההודאה כ"ח ניסן, אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אונגוואר אין בארא פארק, וואס איז געווארן מלכות'דיג אויסגעצירט לכבוד המאורע, און איז געווארן אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום זיץ פלעצער צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור הנאספים.


צום באשטימטן זמן איז כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א ערשינען צום מעמד, און דער יושב ראש הרה"ג ר' יוסף לינדער שחיט"א האט געעפנט דעם מעמד מיט פאסיגע דיבורים איבער'ן חשיבות פון לערנען אינאיינעם אינעם רבינ'ס חבורה "כהלכתו".


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"צ ר' יחיאל קליין שליט"א בנו יקירו פונעם רבי'ן שליט"א אן מגיד שיעור אין ראם פון חבורת "כהלכתו", ארויסברענגענדיג זיין זכי' וואס ער האט אז ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין טאטן וואס נאר הרבצת התורה אינטערעסירט אים, און דאס איז די גאנצע מפעל כהלכתו - מרבה זיין שמירת שבת מסוף העולם ועד סופו.


דער ציבור האט דאן מיט אפענע מיילער אויסגעהערט די דרשה נפלאה דורכ'ן נואם הכבוד הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין שליט"א, וואס ער האט אנגעהויבן מיט זיין פערזענליכע קשר מיט'ן רבי'ן ז"ל, און יבלחט"א דער רבי שליט"א, און די גרויסקייט פונעם יעצטיגן מעמד ווען מ'איז זוכה מסיים צו זיין גאנץ הלכות שבת.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן די לענגערע דברות קודש דורכ'ן מייסד ונשיא החבורה דער רבי שליט"א, וועלכער האט מרחיב געווען איבער'ן יום הצלה און סיפורי פלא ווי אזוי דער טאטע ז"ל איז ניצל געווארן מצפרני הרשעים, און ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר'ן "שבת קודש" בשעת די מלחמה.


מיט התרגשות האט דער רבי מעלה געווען על נס די געוואלדיגע דורכברוך וואס דער מפעל "כהלכתו" האט געשאפן, ווען עס האלט שוין היינט ביי הונדערטער יונגעליט און בחורים וואס פארהערן זיך חודש'ליך במסגרת החבורה, און דאס אלעס איז נאר בזכתו פונעם טאטן דער בעל הנס ז"ל. דערביי האט דער רבי גערופן בקריאה של חיבה אלע לומדים חדשים וגם ישנים ממשיך צו זיין יעצט ווען מ'גייט מחיל אל חיל, צו "הלכות ברכות", וואס מ'הייבט אן ביי סימן קנ"ה, און סיי ממשיך צו זיין מיט די סדרי חזרה אויף הל' שבת.



דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר אלע נדבנים ופטרונים החשובים וואס לאזן זיך קאסטן פאר די גרויסע הוצאות פון די חבורה, און פאר אלע עוסקים ומסייעם למען הצלחת המפעל כהלכתו און ספציעל זיך באדאנקט פאר די עסקנים ר' הלל דוד גינזבערג מיט ר' ישעי' זכריש, וואס געבען זיך איבער במסירת נפש ממש למען הצלחת המפעל.


הרה"ח ר' ברוך יודא לייטמאן איז מכובד געווארן מין בענטשן און דערנאך האט רבי פארטיילט כוס של ברכה. דער מעמד איז פארענדיגט שוין נאך האלב צוועלף ביינאכט, ווען דער ריזן ציבור פארלאזט דעם ביהמ"ד אנגעפילט מיט הויפענס חיזוק ממשיך צו זיין מיט'ן סדר החבורה, וואס הייבט אן דעם קומענדיגן זונטאג אמור הלכות סעודה וברכות, ביי סימן קנ"ה אין שו"ע אורח חיים, וכל השונה הלכות בכל יום הרי זה בן עולם הבא.





































Comentarios


bottom of page