מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
די טאג זונטאג תולדות וועט געדענקט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות חצר הקודש פאפא, אלס א 'יום טוב' ווען טויזנטער פאפא חסידים האבן זיך צוזאמגענומען תחת קורת גג אחד און זיך געפרייט אינאיינעם בשמחת התורה ביים "יום שכולו תורה וחגיגת יום העשור" אפצוצייכענען צען יאר פון די לעכטיגע תורה-רעוואלוציע בקרב הקהלה ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט מייסד געווען דער מפעל "והגית" אין וואס די טויזנטער חסידים זענען אנגעשלאסן מיט'ן מיטהאלטן דעם טעגליכן עמוד אין ראם פון די חבורה וואס ווערט פינאנצירט דורכ'ן בארימטן תומך תורה הרבני הנגיד ר' שלמה וועבער, די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע "מעגא עווענט קאמפלקעס" אין גרינפעלד - ניו יורק, וואס אנטהאלט די צוויי גיגאנטישע זאלן אויפן סקווער בלאק פון מארטין סטריט.
די גרויסע חגיגה פונעם יובל העשור איז געווען א חטיבה אחת פון שעות של קורת רוח, אנגעהויבן אין די פארמיטאג שעות מיטן סדר לימוד רבתי פאר'ן גאנצן ציבור לומדי החבורה, וואס האבן זיך צונויפגעזאמלט אינעם זאל וואס האט פארוואנדעלט דאס פלאץ פאר א מקום תורה וחסידות זייענדיג פשוט ולובש צורה. ס'איז געווען צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס און דער ציבור האט זיך געזעצט לערנען בהתמדה רבה לויט א ספעציעלע סדר הלימודים.
נאך איינס אזייגער האט מען געענדיגט דעם סדר הלימוד און ס'איז געווען צוגעשטעלט א רייכע מיטאג זיך צו דערכאפן דאס הארץ. דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א. דער רבי האט געדאווענט מנחה אויפן ארט אינאיינעם מיטן גאנצן ציבור. נאך מנחה האט מען בהוראת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א געזאגט פרקי תהילים און איינגעריסן אין דעם געהויבענעם זמן למען חולי ישראל, בעפאר אמירת תהילים האט מען געהערט דברי התעוררות פונעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד דומ"ץ פאפא וועלכע האט דערנאך יורד געוועהן לפני התיבה צו תהילים מיט גרויס התעוררות. נאך אמירת תהילים האט מען געהערט די גייסטרייכע דרשה פון הרה"ג ר' סענדר אויסטערליץ שליט"א מדייני שיכון סקווירא. נאכן דרשה האט זיך דער גאנצע ציבור נאכאמאל געזעצט לערנען, כמעשהו בראשונה - בהתמדה רבה ביז מעריב, בעת המלך במסיבו, דער גרויסער נשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איז זיך פערזענליך משתתף בעמילות התורה אינעם סדר הלימוד.
נאך מעריב דורכ'ן ציבור האלפים, איז מען אריבער צום צווייטן זאל וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער דאפלטער סיום, דער "סיום סדר נזיקין" דורכ'ן סדר לימוד הדף פון והגית, און דער "סיום מסכת נזיר" דורכ'ן סדר לימוד העמוד פון והגית. דער זאל איז געווארן מוסטערהאפטיג אויסגערישט און באצירט לכבודה של תורה. בהדרת כבוד האט דער ציבור מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א ביים ערשיינען צום מעמד, בשירה וזמרה. דער יושב ראש המעמד הר"ר יוסף ווידער הי"ו מנהל מפעל והיגת, האט דאן אויפגערופן דעם פטרון החבורה הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו און איהם מכבד געוועהן צו מסיים זיין 'סדר נזיקין'. דערנאך האט הנגיד ר' הערשל אייזנבאך מסיים געווען מסכת נזיר, נאכגעפאלגט מיטן הדרן און קדיש. ספאנטאן האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין גאר געהויבענע טענץ און געזאנג בשמחת התורה. וינועו אמות הסיפי ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט הנגיד ר' שלמה וועבער הי"ו - פטרון החבורה.
אינעם קלימאקס האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, ארומרעדענדיג בשבח החבורה און מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב פאר אלע לומדים ומסיימים. נאך די דברות קודש האט דער רבי איבערגעגעבן ווערדפולע מתנות פאר הנגידים ר' שלמה וועבער פטרון החבורה, ר' יעקב ווייס פטרון הסעודה, און פאר העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו.
דאן האט מען געהערט א באגאבטע דרשה פונעם בארימטן מחנך ר' פינחס ברייער פון ארץ ישראך. נאכן דרשה האט דער רבי פארטיילט א מתנת קודש - א לעדענרע 'בהעלתך את הנרות' פאר די עסקני החבורה פון אלע שטעט. די מעמד איז געשלאסן געווארן מיט געהויבענע ריקודין, בשעת ווען פאפא חסידים האבן זיך געשיידט מיט געפילן פון דערהויבענקייט און שטאלץ ווייטער ממשיך צו זיין די לימודים פון והגית - יומם ולילה.
Comments