מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: באדיבות המצלם
כלל ישראל איז איינגעהילט אין יתמות און טרויער נאך די שווערע אבידה שאין לה תמורה, צדיק אבד לדורו אבד, דער צדיק תמים ונשגב, חסידא ופרישא ודחיל חטאין, משה זכה וזיכה את הרבים, הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אב"ד אמונת ישראל ובעל אמונת עתיך.
דער רב ז"ל האט באלאכטן די חסיד'ישע וועלט מיט זיין כח התורה וחסידות, זיין הייליגע השפעה און אמונה דורכגעווייקטע שיחות יורדת לחדרי בטן, ובפרט אבל יחיד עשו לך די טויזנטער תלמידים וחסידים בני קהלתו, וועלכע האבן זוכה געווען זיך צו ווארעמען און קלאמערן ביי זיינע געהויבענע מתינות'דיגע תפילות וואס איז געווען א שם דבר אין די גאנצע שטאט בארא פארק אלס מגדל אור וואו אידן קומען זיך צאם אפרעכטן דעם עבודה שבלב מיט העכערע מושגים פון דביקות עילאה צום שומע תפלה.
דער רב זצ"ל איז געבוירן אין אמעריקע כ"ג שבט תרפ"ג, צו זיין פאטער הרב שמואל יהודה ז"ל, מחשובי חסידי אלכסנדר, וועלכער האט נאך זוכה געווען להסתופף בצלו פון הרה"ק בעל ישמח ישראל זי"ע, און איז געווען באקאנט אלס ת"ח עצום וירא שמים מרובים. אין עטליכע מקומות אין זיינע ספרים ברענגט דער רב זצ"ל אראפ מימרות בשם זיין פאטער ז"ל.
בשנות בחרותו איז דער רב געשטיגן במעלות התורה והיראה אין די בארימטע ישיבה תורה ודעת אין וויליאמסבורג, ביי רבותיו המובהקים, הג“ר שרגא פייוויל מענדלאוויטש זצ“ל, הג“ר גדלי‘ שאר זצ“ל און ביי הג“ר יעקב קאמינעצקי זצ“ל. דורך דער השפעה פון זיין רבי‘ן הג“ר גדלי‘ שאר איז ער נתקרב געווארן צום דרך החסידות. ווי ער איז דאן געווארן א חסיד און מקורב ביי הרה"ק בעל אמרי שאול ממאדזיץ זצ"ל און איז אויך געווען פון די "כותבים", אפשרייבנדיג זיינע דברי תורה.
נאך אין יונגן עלטער איז דער רב ז"ל נתעטר געווארן בכתר ההוראה, באקומענדיג סמיכה פון די גדולי תורה בימים ההם, ובפרט פונעם שר התורה הגאון רבי יונתן שטייף זצ"ל, וועלכער האט נאך די קריג זעלטן געגעבן סמיכה, און אויך נאר נאכ'ן פארהערן גאר גרינטליך. נאכ'ן איבערגעבן די כתב הוראה פאר'ן רב, האט הגאון רבי יונתן זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז ער וועט נאך באלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער, און וועט זיין פאר זיי א מורה דרך.
בהגיעו לפרקו האט דער רב חתונה געהאט מיט אשת חבר, הרבנית הצדיקת מרת מלכה דבורה ע"ה, א טאכטער פון הגאון רבי אליעזר ליפמאן שפיצער זצ"ל פון וויען עסטרייך, פון די מייסדי קהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג.
נאך די חתונה האט דער רב אנגעהויבן זיין עבודת הקודש פון הרבצת התורה, אנהייבנדיג צוערשט אלס מלמד אין תורה ודעת, וואו צווישן זיינע תלמידים יענע יארן האבן זיך געציילט הגאון המשפיע רבי שמשון דוד פינקוס זצ"ל און יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א. דער רב האט איינגעווארצלט אין זיינע תלמידים אהבת תורה ויראת שמים, וואס האט געלאזט אויף זיי א השפעה אויף א גאנץ לעבן.
מיט די יארן, ווען דער ראש ישיבה הגאון רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל האט געזוכט א "משגיח" פאר די ישיבה, האט ער געבעטן פונעם רב ז"ל, וועלכער איז דאן געווען א מלמד אין כתה ו', צו נעמען אויף זיך דעם תפקיד, און פון דאן איז שמו נודע לשם ולתהלה, ווערנדיג אן אבן שואבת פאר פילצאליגע תלמידים וועלכע האבן זיך געקלאמערט ארום "דער משגיח", און האט במשך צענדליגער יארן אלס משגיח רוחני אין ישיבה תורה ודעת מעמיד געווען תלמידים הגונים וואס זענען געבליבן צוגעבונדן צו אים בעבותות אהבה און פלעגן זיך מתחזק זיין דורך זיינע טרעפליכע מאמרים און טיפזיניגע רעיונות.
איבער די יארן האבן זיך זיינע פילע הונדערטער תלמידים צוזאמענגענומען און גרופּירט ארום אים און אים מעמיד געווען אלס זייער רבי און מורה דורך. א חלק זענען געקומען ממקורם פון דער ליטווישער וועלט און האבן געטראפן ביי אים א ממוזג וואס האט צוזאמענגעשטעלט סיי די ליטווישע אהבת התורה און סיי די חסידישע ווארעמקייט צו תורה ותפילה וחסידות.
זיינע תלמידים זענען געווארן ווי צוגעקלעבט צו אים, און זיך נישט גערירט אן אים. אויך זומער ווען מ'איז געפארן אין קעמפ, האבן זיך גרופירט א קבוצה תלמידים, און אנשטאט פארברענגען מיט שפילערייען, האט מען נישט מוותר געווען פון טרונקען מיט דורשט די שיחות מוסר פונעם משגיח, וואס איז געווען מלא מוסר והדרכה, און האט אינאיינעם מיט זיי אפגעראכטן די ווארעמע תפילות במתינות, וואס ער האט זיי ספעציעל מחנך געווען ווי אזוי צו דאווענען מיט די ריכטיגע כוונה און געלאסנקייט כעומד לפני המלך.
נאכדעם וואס די קבוצה תלמידים האבן חתונה געהאט, האבן זיי פארבעטן דעם רב זצ"ל צו ווייטער דינען פאר זיי אלס מורה דרך, און נאך מערערע הפצרות האט ער מסכים געווען, און עס איז דאן בשנת תשל"א געגרינדעט געווארן די קהלת "אמונת ישראל" אין בארא פארק, וואס איז געווארן א צוציאונגס ארט פאר געהויבענע בני עלי‘ וואס זענען צוגעצויגן געווארן צו זיין דאווענען און זיין מוסר זאגן געפלאכטן מיט יראת שמים. ער האט געלייגט גרויס דגוש אויף דעם ”פּינטעלע איד“ און ארומגערעדט איבער דעם חשיבות פון שפּירן א חיות אין עבודת ה'.
בהמשך הזמן איז זיין קהילה און בית המדרש אויף דער 16‘טער עוועניו אין בארא פּארק אויסגעשטיגן אלס א ריזן צענטער פון תורה ותפילה. פון א קליין לעכל איז אויסגעשטיגן א ביהמ"ד גדול ומפואר מיט 600 זיץ-פלעצער. ער האט געפירט קאכעדיגע שבתים וואו ער האט פּערזענליך אנגעפירט די ווארימע לעכטיגע טישן, די שבת אחים פארברענגען (באטעס) פרייטאג צו נאכטס און די שלוש סעודות‘ן פאר הונדערטער אידן אויפ‘ן חסידישן נוסח.
ברבות השנים האט זיך די קהלה אמונת ישראל פארברייטערט צו נאך שטעט, ביז צו א פראכטפולע נעץ פון מבצרי תורה ותפלה און בתי חינוך לבנים ולבנות און ישיבות גדולות וקטנות און כוללי אברכים, אונטער די השפעה פונעם רב ז"ל האבן זיך געעפנט בתי מדרשים אין מאנסי, לעיקוואד, ירושלים, ביתר, א תלמוד תורה און ישיבה גדולה "מבקשי השם" און ישיבה קטנה "מבקשי תורה" אין בארא פארק, א מיידל שולע "בנות חי'" אין בארא פארק און אין סטעטן איילענד, 6 כוללי אברכים דורכ'ן טאג, און באזונדער א כולל בוקר און א כולל ערב.
כאטש דער רב איז נישט געווען קיין ממשיך פון קיין גזע פלעגט ער פירן די טישן און ביי דער געלעגנהייט זאגן טיפזיניגע חסידישע תורות און אליין אנפירן די ניגונים און זינגען מיט א מורא‘דיגע ווארימקייט.דער גרויסער משפיע איז אנגעגאנגען כל ימיו מיט באשיידנקייט און אנטלאפן פון יעדן סארט פירסום. כאטש ער האט זיך געהאלטן צום דרך החסידות איז ער שבת ויו“ט געגאנגען אין אן איינפאכן הוט נישט אין קיין שטריימל וטעמו ונימוקו עמו. פארשידענע פּריוואטע ענינים דערציילן איבער זיין אייגנארטיגן ספּעציעל דערהויבענעם מהות. זיין התנהגות איז אלעמאל אנגעגאנגען מיט א פשטות און פארצייטישע באשיידנקייט כאחד מן החברייא אן שום גינוני פירסום.
במיוחד האט דער משפיע געלייגט א דגוש אויף עבודת התפילה וואס ער האט אריינגעברענגט ביי אידן. נישט נאר ביים דאווענען שבת און יום טוב אדער א יומא דפגרא וואו מען דאווענט בצוותא חדא מיט א ווארימקייט אין אלע מקומות, נאר ער האט געלייגט א שטארקן דגוש אפילו אין א פשוט‘ן וואכנטאג, וואס בדרך כלל דאווענט מען שנעלער. ער האט איינגעפירט ביי זיך אז אידן קומען זיך צוזאם און דאווענען מיט א ברען ווי פארצייטישע חסידישע עובדים. מען דאווענט יעדן איינציגן טאג במתינות פאר א לענגערע צייט און מען זאגט שטיקל ביי שטיקל ברוב עם הדרת מלך.
אין דער גאנצער שטאט איז געווען באקאנט אז ביים גרויסן משפיע הרב וואלפסאן דאווענט מען פון א פריע שעה זיבן אינדערפרי יעדן איינציגן טאג און די תפילת שחרית געדויערט איבער אנדערהאלבן שעה און אזוי דאווענט מען ווי אמאליגע עובדים אין א מנין וואו מען קען טרעפן חב“ד‘סקער עובדים, פייערדיגע קארלינער חסידים און נאך, ובפרט חתנים ביום חופתם.
חוץ פון דעם זענען די טויערן פון זיין בית המדרש אפן במשך אלע יארן זייט איר התייסדות פאר לומדי תורה יעדן טאג. אפילו פאר גאנצע כוללים און חבורות פון לומדים וואס זענען זיך קובע געווען צו לערנען אין דעם מקום פריי פון אפּצאל.
אויסער'ן קשר אמיץ וואס ער האט געהאט מיט צדיקי בית מאדזיץ זצ"ל, האט ער אנגעקניפט א קשר עליון דאורייתא מיט יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, ער האט זיך פיל מסתופף געווען בחצר הקודש סקווירא, נאך אין די צייטן פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל, און דערנאך בצל בנו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ביי וועם ער פלעגט קומען בקביעות לחסות בצל קדשו, און בשנים קדמוניות פלעגט ער אויך אנקומען מיט די גאנצע קהלה וויילן אויף א שבת אין סקווירא אין איינע פון די שובבי"ם וואכן. אזוי אויך איז ער במשך אסאך יארן נתכבד געווארן אלס "עידי קידושין" ביי די שמחות בחצר סקווירא.
דער רב ז"ל איז אסאך געקומען להתברך פון הרה"ק מליובאוויטש זצ"ל, און מיט די יארן זיך פאררעכנט אלס 'חסיד', און געקומען צו פארן מקבל זיין 'לעקאך' ערב יום כיפור. איינמאל איידער'ן אריבערגיין א מסוכנ'דיגע אפענע הארץ אפעראציע, האט ער געבעטן די ברכה ביים ליובאוויטשער רבי'ן, און דער ליובאוויטשער רבי האט אים געזאגט אז ער דארף נישט זארגן, "די דאקטוירים וועלן דארט טרעפן נאר גוטע זאכן, א לב מלא באהבת השם". דער רב פלעגט יערליך זיך משתתף זיין ביים כינוס י"ט כסליו אין בארא פארק, און געגעבן א שמועס בשייכות פון פרשת וישב צום תורת החסידות. אויך נאכ'ן הסתלקות איז ער אסאך געקומען צו פארן מתפלל זיין על ציון קדשו.
דער רב פלעגט אסאך קומען צו פארן מסתופף זיין בחצר הקודש קארלין סטאלין, און נאך זוכה געווען צו געניסן א קירבה יתירה ביים פריערדיגן רבי'ן הרה"ק רבי יוחנן זי"ע, און זיינע תפילות, און צוגלייך וואס ער האט איינגעפירט צו דאווענען אין די קהלה, איז אויפ'ן התלהבות'דיגן נוסח פון חסידי קארלין. ער פלעגט שטענדיג רעדן מיט געגועים והתקשרות צו הרה"ק בעל בית אהרן זי"ע און זיינע הייליגע מאמרים, ולפלא איז ער נסתלק געווארן אין זיין הילולא קדישא, טו"ב סיון.
א קשר מיוחד האט דער רב ז"ל געהאט מיט הרה"ק מסאטמאר זי"ע, און פלעגט אסאך קומען צו פארן מסתופף זיין בצל קדשו און שעפן מבאר תורתו, ספעציעל ביי די שובבי"ם שבתים, ווען ער פלעגט קומען מיטהאלטן די פייערדיגע שלש סעודות תורה. אזוי אויך האט ער געהאט א קביעות צו חוסה זיין בצל הקודש פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע אויף "שבת בראשית", זיך אויסדרוקנדיג אז ווען מ'האט בשעת קריאת התורה דאס ווארט "בראשית" פונעם סאטמארער רבי איז דאס איז א גאנץ אנדערע משמעת, נאך אזא עבודה עצומה וואס ער האט משקיע געווען אינעם ירח האיתנים.
אזוי אויך איז ער געווען מקושר בעבותות האהבה צו צדיקי בית באבוב לדורותיהם, און צו יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, מיט וועם ער פלעגט אסאך שמועסן וויילנדיג אויף אפרו אין פלארידע.
דער רב ז"ל האט מייסד געווען עטליכע פראיעקטן פון צדקה וחסד, דער גמ"ח "חיים וחסד", די קופות "קמחא דפסחא", "קופת קרן ישראל", "מתנות לאביונים", "שובע שמחות", "שמחת יום טוב", און זיין פריוואטע קופה "קופת עזר", פון וואס ער פלעגט פארטיילן סכומים אדירים פאר צדקה.
די דרשות פונעם רב ז"ל האט עושה געווען מסילות בלבבם בני ישראל און געהויבן אידישע הערצער לאביהם שבשמים. פון זיינע דרשות איז שפעטער געדרוקט געווארן די ספרים "אמונת עתיך" על התורה ומועדים, וואס איז נתקבל געווארן באהבה וחבה ביי מבקשי ה' וועלכע שעפן דערפון אוצרות הדרכות והתחזקות בסולם העולה בית קל.
דער רב ז"ל איז געווען קשור בלב ובנפש צו ארץ ישראל, און מחבר געווען א ספר מיוחד "ציון ועריה" אויף קדושת ארץ ישראל. אין די פריערדיגע יארן האט ער אפילו געהאט א קלער צו ארויפגיין קובע משכנו זיין אין ארץ ישראל, און דארט אויסלעבן די יארן בקדושת הארץ און צפי' לגאולה, אבער טראץ זיין אומגעהויערע תשוקה, האט איבערגעוואויגן זיין אהבה און אחריות פאר די בני הקהלה, און איז פארבליבן משפיע זיין דאהי עד יומו האחרון.
אין לויף פון די יארן איז דער רב אסאך געקומען צו פארן אויף ארץ ישראל, ספעציעל אין די זומער חדשים, זייענדיג דאן א געלעגנהייט פאר די תלמידים אין ארץ ישראל נהנה צו זיין מאורו. די קהילות אמונת ישראל אין עיה"ק ירושלים און ביתר, האט זיך געגרינדעט דורך דורך זיינע תלמידים וואס זענען ארויף וואוינען קיין ארץ ישראל על פי ברכתו ועידודו.
א קשר עמוק האט דער רב געהאט צום תנא אלקי רשב"י, עטליכע יארן איז ער ספעציעל געקומען צו פארן צו פייערן די הילולת הרשב"י ל"ג בעומר אין מירון. אויך אין די שפעטערע יארן, ווען ס'איז אים שווער אנגעקומען דאס פארן, האט ער צוגעשטופט די בני הקהלה צו פארן קיין ארץ ישראל אויף די הילולא אין מירון. אין די יארן וואס ער האט געוויילט אין ארץ ישראל אויף זומער, האט ער בדרך כלל מקפיד געווען צו וויילן אויף איין שבת אין אתרא קדישא מירון.
ומשה לא נס ליחו, דער רב איז אנגעגאנגען עד יומו האחרון פריש און געזונט, צליל בדעתו און ביי די פולע כוחות. טראץ זיין א זקן ובא בשנים האט ער נאך געפּראוועט און נאך געזונגען און נאך געזאגט דרשות און נאך געגאנגען אויף די צוויי פיס ביז דעם לעצטן טאג. דעם שבת קודש איז ער אוועקגעפאלן, ויהי נועם נשבת במוצאי שבת, ווען ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה ומשה עלה למרום א האלב יאר איידער'ן ווערן א בן מאה שנים.
דער רב האט איבערגעלאזט א דור ישרים מבורך, בנין וחתנין רבנן משפיעים נלהבים בקרב עם סגולה, די זין הרה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאהן שליט"א רב קהל אמונת ישראל מאנסי, הרה"צ רבי צבי אלימלך שליט"א מחשובי חסידי קארלין סטאלין אין גבעת זאב, און די איידעמער כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, הגאון רבי חיים ראזענבערג שליט"א ראש ישיבת שערי יושר, הגאון רבי גדלי' מאלעיס שליט"א ראש כולל קארלין סטאלין בארא פארק.
בחייו זענען נפטר געווארן זיינע איידעמער, הגאון רבי יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל ראש ישיבת אור שמח מאנסי, און הגאון רבי יוסף וינברג זצ"ל ראש ישיבת 'באר אברהם' סלאנים.
זכר צדיק לברכה
Comments