בארא פארק • טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן פייערליכע מעמד הדלקה בחצה"ק באבוב-45
- בחצרות הקודש

- 28 במאי 2024
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בלום
אלפי חסידי באבוב 45 און תושבי בארא פארק האבן פארלאפענעם מוצאי שבת קודש מיטגעלעבט געהויבענע מאמענטן, ביים פייערליכער מעמד ההדלקה וואס איז אפגעראכטן געווארן לכבוד היום ל"ג בעומר, און איז דאס יאר געפראוועט געווארן ברחובה של עיר פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש מרכז העולמי דחסידי באבוב 45, ביים ווינקל פון די ניין און פערציגסטע גאס און די פערצענטע עוועניו. א ריזן שטח פון עטליכע גאסן איז געווארן אנגעגרייט צום הדלקה, מיט הונדערטער זיץ פלעצער פאר און טויזנטער שטיי-פלעצער אויף די הויעכשטאקיגע פארענטשעס.
גלייך ביים זמן מוצאי שבת האבן שוין פולע טויזענטער אידן פון ארום גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערסי זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו קומען מיטהאלטן די מעמד הוד והדר, די פלייץ פון טויזנטער אידן האט זיך שנעל אנגעזען אויף די גאסן און די פאליציי איז געווען געצווינגן צו אפשפארן נאך ארומגיע גאסן אז די אנלויפעניש זאל נישט צוקומען לידי סכנה. די אויבן אן איז באשיינט געווארן דורך פילע רבני ודייני העיר בארא פארק, אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן צווישן די פולע באטייליגטע אסאך גרויסע פאליטישע שישקעס און שטאטישע באאמטע אין באגלייטונג פון די היימישע עסקנים. גאר לאנגע רייעס האבן זיך געשלענגעלט צו קענען אריינגיסן שמן צום הדלקה, ביז ארום 11:15 ווען מען האט מקבל געווען פני קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
ווען די רבי שליט"א איז אנגעקומען האט מען צוערשט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורת און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש חוצבים להבות אש, וואו די רבי האט ארומגערעדט במשנתו הטהורה פון די בעל ההילולא, און פון די אומגעהויערע השפעות וואס קומען אראפ אין דעם גרויסן טאג. די רבי שליט"א צוגעענדיגט די פייערדיגע דיבורים מיטן באטאנען די שרעקליכע מצב אין ארץ הקודש, די מצב אז די ציון הקדוש וואס עיני כל ישראל נשואות אליו איז ליידער סגור ומסוגר, אז עס הערשט ליידער אזא מצב סכנה אין גאנץ ארץ ישראל, די רבי שליט"א האט געבעטן און פארלאנגט אז מען זאל אינזין האבן אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש וואס געפינען זיך בצרה ובשביה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב.
נאכן הערן די התעוררות'דיגע דיבורים האט מען ווייטער געזינגען ווארימע ניגונים, די התעוררות איז געקומען צו א קלימאקס ווען מען האט אנגעהויבן זינגען דעם רבינס ניגון 'יכירו בניך וידעו', ווען די מוזיק האט אויפגעהערט שפילן און די קול פון אלפי ישראל האט אפגעהילכט ביים זינגען אינאיינעם דעם הייליגן ניגון מיט א השתפכות הנפש. בשעת די ניגוני התעוררות איז די רבי שליט"א און הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א ארויף אויפן פלאטפארמע צו גיסן שמן, די רבי שליט"א האט געגאסן קריגלעך אויל פאר נגידים תומכי המוסדות, אזוי אויך האט די רבי שליט"א דארט פארגעליינט א קוויטל להיזכר לדבר ישועה ורחמים פאר די וואס האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים פאר די הוצאות ההדלקה, די זכות ההדלקה זעלבסט איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' אברהם שלאף הי"ו פאר א סכום עצום.
תיכף בעפארן צינדן די הדלקה האט די ציבור געזונגן די הייליגע 'עיני עמך' ניגון פון די פריערדיגער באבובער רב זי"ע און דערנאך האט די רבי שליט"א אנגעצינדן די מדורת אש צו די הילכיגע געזאנג פון 'לכבוד התנא האלוקי', דערנאך איז די רבי שליט"א צוריקגעגאנגען צום אויבן אן און פון דארט ווייטער מעודד געווען די געהויבענע ריקודין און ניגונים לכבוד התנא האלוקי.
די מעמד האט זיך געשלאסן ארום 1:00 ווען די רבי האט פארלאזט די מעמד, צוליב די שרעקליכע געדרענג און די טויזענטער אידן פון אלע קרייזן וואס האבן זיך צוגעשטופט צו קענען וואונטשן א גוטע וואך האט מען געדארפט צוקומען צו פאליצייאישע באגלייטונג זיכער צו מאכן אז עס קומט נישט ח"ו צו א מצב פון א סכנה. דער ציבור האלפים איז אהיים פון די הדלקה מיט א העכערקייט און מיט פולע הויפענעס ישועות וואס מען האט אויסגעפועלט בזכות רבי שמעון בר יוחאי.





























תגובות