בקולו של משה: גאב"ד קארלסבורג ארויס אין מחאה נמרצה אין מירון קעגן עושי רשעה
- בחצרות הקודש
- 30 במאי 2024
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

מירון כמדורת אש: מיט אן אש קודש פון קנאות לשם שמים איז היינט צופרי אפגעראכטן געווארן אין אתרא קדישא מירון א מחאה נמרצה בראשות הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, אפצושרייען און מוחה זיין קעגן די ברוטאלע און אכזריות'דיגע רשעות פון די ציוניסטישע אינסטאנצן און זייערע מיטהעלפער ביים היי-יעריגן הילולת הרשב"י.
די מחאה גדולה איז צושטאנד געקומען היינט נאך שחרית אינעם פיל-געפאקטן מערה ווען דער בארימטער איש חסיד ותושב מירון הרב נפתלי פריעדמאן שליט"א האט אנגעפרעגט ביים קארלסבורגער רב שליט"א אויב מ'זאל ארגאניזירן א מחאה קעגן די מעשי רשע וואס איז ליידער אפגעטאן געווארן, האט דער רב רעאגירט מיט א ברען "אוודאי דארף מען מוחה זיין, און איך אליינס וועל אויך ארויסגיין מוחה זיין".
דער רב שליט"א האט זיך דאן ספאנטאן ארויסגעלאזט בראש המוחים, פון פילצאליגע אנוועזנדע פוקדי מירון ותושבי המקום, און מיט א פלאם פייערדיגע קול זעקה מוחה געווען כדת של תורה אויף די שרעקליכע פרעות וחילול הילולת הרשב"י וואס איז אפגעטאן געווארן, ווי עס האט זיך באזונדער שווער געשפירט בבית מדרשו פונעם רב שליט"א, וואס אנשטאט עס זאל ווירבלען מיט תורה ותפלה דורך די עולי מירון, איז עס לדאבון כל לב געווארן פארוואנדלט אלס פלאץ צו באהאנדלען די צעביילטע.
ויחרד כל העם אשר במחנה, ווען דער רב שליט"א האט אויסגעשריגן דעם קול מחאה, באטאנענדיג בענוות קדשו אז "הגם צו מאכן א מחאה דארף מען מכוון זיין ממש לשם שמים, אבער אז אז מ'רצח'ט און מ'שלאגט און מ'פייניגט אידישע קינדער אן קיין רחמנות, בכל מיני אכזריות ארגער ווי דעם פאגראם שמע"צ און שמחת תורה, אין א בחינה, אז א אידן געמ'קלט, קען מען זיך נישט איינהאלטן.
דער רב האט זיך אויסגעדרוקט אז "אונז זעמיר נישט דא ביי רבי שמעון צו מאכן געלט, צו קענען באקומען ווי-איי-פי, נאר צו קענען צושטעלן פאר אידן א רואיג ווינקל לתורה ולתפלה, און אויך דאס ווילן די רשעים פארשוועכן. דער אור החיים הק' איז געקראכן אויף די פיס צום ציון הרשב"י, לכאורה שטייט דאך ואולך אתכם קוממיות, בקומה זקופה, נאר דער אור החיים הק' האט פאראויסגעזען ברוח קדשו דעם יעצטיגן ביטערן מצב, אז ס'וועט קומען א צייט, ווען מ'וועט וועלן גיין צו רבי שמעון, וועט מען כאפן מכות אכזריות פון די חיות טורפות".
Comentarios