top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ ר' איטשע מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם איז פוקד אתרא קדישא מעזיבוזש בעיצומו של חנוכה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

דעם דינסטאג פארטאגס איז כ''ק הגה''צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט''א האדמו''ר מתורת חכם אפגעפלויגן קיין אוקריינע וואו דער רבי וועט וויילן איבער שבת בגלילות פון אומאן סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה''ק רבי נחמן מברסלב זי''ע.


אינדערפרי האט דעם רבינס פריוואטער פליגער געלאנדעט אין פולין פון וואו מען האט פארגעזעצט די רייזע מיטן באן אריבער די גרעניץ קיין אוקריינע, פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען קיין מעזיבוזש וואו מען האט געדאווענט מעריב נאכגעפאלגט מיטן געהויבענעם מעמד הדלקת נרות חנוכה און א סעודת ראש חודש. כחצות הלילה איז די רבי שליט''א ארויף צום ציון קודש הקדשים פונעם אור שבעת הימים דער בעל שם טוב זי''ע וואו דער רבי האט זיך פארזוימט לענגערע שעות בדביקות עילאה.


צומארגנס מיטוואך צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית אינעם בעל שם טוב'ס שוהל אין מעזיבוזש און יורד געוועהן לפני התיבה צו שחרית הלל אין מוסף, נאכמיטאג איז מען ארויסגעפארן קיין אומאן אויפדערנאכט כחצות הלילה ליל זאת חנוכה האט די רבי געצינדן די נירות אינעם אכסניא אין אומאן. דאנערשטאג פארטאגס האט מען געדאווענט שחרית כוותיקין ביים ציון הק' אין אומאן און נאכן דאווענען האט דער רבי מעריך געוועהן שולחנו הטהור בתופים ובמחולות לכבוד היום. 


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page