דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם מאנטאג אווענט האט כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשיינט בראש השמחה ביי די חתונה אנגעקומען פון הכלה טאכטער פונעם געטרייע משב"ק ויד ימינו הרב שמואל טייטלבוים שליט"א מיט די חתן א זוהן פון בנש"ק הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט זיך שוין משתתף געוועהן ביי מעמד קבלת פנים אין די קאנטינענטאל זאלן, דערנאך איז דער רבי אריבער צום באדעקן און געבענטשט דעם חתן, אין ארויסגעקומען צום חופה ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין.
שפעטער באנאכט איז די רבי שליט"א צוריק אנגעקומען צום שמחת החתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אדמורי״ם ורבנים וקרובי המשפחה, אין מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע וויילע, דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואנטשן ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים און די זיידעס.
נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכה הרה״ח ר׳ נחמן ליווי הי״ו אויפגערופן דעם רבין צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דער רבי האט געטאנצן די ריקודין לפני הכלה אנגעכאפט מיט די חתן און מחותנים, דערנאך און א ריקוד מיט די בני המשפחה און אין א עקסטערן ריקוד מיט׳ן משב״ק הרב שמואל שליט״א.
Comments