top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כנהוג מקדמת דנא • ריזן ציבור תלמדי וחסידי וויען און תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן דרשת ז' אדר דורך האד' מוויען

מאנטאג פ' ויקרא • ח' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


פילע הונדערטער אידן, תלמידי וחסידי וויען אין תושבי וויליאמסבורג האבן זיך נעכטן פארזאמלט ביים יערליכן דרשת ז' אדר דורך כ"ק האדמו"ר מוויען שליט"א כנהוג מקדמת דנא.


נאך תפילת מנחה און אמירת תהילים בציבור, אזויווי די מנהג איז אז מען זאגט ספר רביעי אין תהילים ביום ז' אדר, האט זיך די רבי שליט"א מתעטף געווען בטלית און אנגעהויבן די דרשה מיט א דרוש נחמד, בביאורים נפלאים אין די פרשה פון די פטירה פון משה רבינו ע"ה , דערנאך האט די רבי שליט"א ממשיך געוועהן מיט די מנהג צו זאגן דברי הספד אויף די גדולי ישראל, אדמור"ים, רבנים וראשי ישיבות וועלכע זענען נסתלק געווארן במשך דעם פארלאפענעם יאר.


נאכן ארויסברענגען די גרויסקייט פון דביקת און הכנעה צו צדיקים וואס לעבן נאך האט די רבי אנגעהויבן בקול בוכים מיט קורצע דברי הספד אויף כ"ק האדמו"ר הרה"ק מראחמסטריווקא זצ"ל דערנאך נאך ערליכע אידן צדיקים און ראשי ישיבות וואס די רבי שליט"א אויף יעדעם עקסטער זיך אפגעשטעלט און מאריך געווען בשבחם אין זייער תורה ועבודה. אזויווי די מנהג אין קהלה קדושה וויען האט זיך די גאנצע עולם אראפגעזעצט אויף די ערד נאכן אויסהערן די חלק ההספד פונעם דרשה און געזאגט אינאיינעם א קל מלא רחמים אויסרעכענענדיג די אלע צדיקים וואס מען האט דערמאנט.


נאך קל מלא רחמים האט די רבי שליט"א אנגעהויבן די חלק המוסר מיטן רעדן איבער די וויכטיגקייט פון א שטארקע קשר צווישן א טאטע און א קינד און וויאזוי די קשר איז נתרופף געווארן די לעצטערע דורות, די רבי האט ארויסגעברענגט אז אמאל, אינדערהיים אין אייראפע, ווען א טאטע איז אהיימגעקומען נאך די ארבעט איז ער געזיצן און געגעסן נאכטמאל מיט די קינדער, ער האט נישט געהאט קיין טעכנאלאגיע וואס זאל איהם שטערן, היינט איז די פאטערליכע קשר אזוי שוואך אז אפילו ווען מען זיצט שוין יא מיט די קינדער קען די קאפ זיין אין די טעלעפאן.


די רבי שליט"א האט מאריך געווען וויאזוי א שבת סעודה דארף אויסצוקוקען, מיט א ליבליכע קשר צווישן די טאטע אין די קינדער, א גאנצע וואך דארף זיך א טאטע גרייטן אויף די שבת סעודה, ער דארף זוכן און טראכטן וואס גיי איך זאגן פאר די קינדערלעך ביי די סעודה, א טאטע דארף שמועסן מיט די קינדער, אפילו שמועסן דברים של מה בכך אבער עס איז כדאי אבי האבן א גוטע קשר, מיט א גוטע קשר קען מען מחנך זיין די קינדער צו זיין ערליך, צו זיין דבוק צו א רבי און ערליכע אידן.


דערנאך האט די רבי זיך געוואנדן צו די יונגעלייט און זיי מעורר געווען אז זיי זאלן נישט צולאזן אז די בחורישע יארן זאל פארפאלן ווערן ח"ו, נאר זיך שטארקן אין עבודת ה' בתורה ועבודה, אזוי אויך די פרויען וואס זיין קענען נישט גיין צו רביס און ערליכע אידן זאלן כאטש אויסהערן די האטליינס וואו מען קען הערן שיינע דרשות פון ערליכע אידן און משפיעים.


לקראת די ענדע פון די דרשה האט די רבי גערעדט בקול חוצב מיט א שטארקע שארפקייט אנטקעגן די פאשקעווילן ווארפער, אנטקעגן די עזות פנים פון ווארפן פאשקעווילן קעגן צדיקים, די רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מען גרייט זיך די טעג אויף א גרויסע משפט אמבאלאנגט די גזירת החינוך, יעדע גדול און מנהיג וואס האט א מוסד איז אמתדיג אנגעשטרענגט און באזארגט, יעדער גדול איז בארעכטיגט צו נעמען זיין וועג וואס ער האלט אז עס איז די בעסטע פאר זיין מוסד און קיינער האט נישט צו ווארפן פאקשקעווילן ווייל יענער האלט נישט ווי דיר.


די רבי שליט"א האט זיך גאר שארף אויסגעדרוקט ווי שרעקליך עס איז אז קינדער דארפן ליינען אין גאס זאכן קעגן גדולי ישראל און די רבי פון זייער מוסד, די רבי שליט"א האט באטאנט אז עס האט זיך קיינמאל נישט גוט געענדיגט פאר די וואס האבן געווארפן פאשקעווילן. די רבי שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע פארזאמעלטע לשמוע את דבר ה' און ארויסגעברענגט די שווערע מצב אין ארצינו הקדושה און אנגעוואונטשן אז מיר זאלן שוין תיכף זען בביאת גואל צדק.


נאך די דערהויבענע דרשה האט מען געדאווענט מעריב און עס איז פארגעקומען א לחיים ווי די עולם איז אריבער געבן לחיים און זיך וואונטשען פונעם רבי'ן שליט"א, כנהוג אז די חברה קדישא שטעלט צו לחיים לכבוד די יארצייט פון משה רעיא מהימנא.




























Comments


bottom of page