top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידים ואנשי מעשה אונטער רושם פון געהויבענע שמחת נישואין בחצרות ערלוי - דושינסקיא - קאסוב וויז'ניץ

מוצאי שבת פ' צו • כ' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם מיטוואך מיטגעפריידט ביי די געהויבענע שמחת החתונה בחצרות הקודש ערלוי, דושינסקיא און קאסוב וויז'ניץ, בסימן טוב ובמזל טוב איז געגאנגען אונטער די חופה הכלה תחי' א אייניקל פון כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט''א, א טאכטער פון בנו יחידו הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' רפאל פרץ דושינסקיא שליט"א רב חסידי דושינסקיא אין בני ברק, זון פון הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן אלי' פעלדמאן שליט"א.


די גרויסע חתונה איז פארגעקומען אינעם נייעם אודיטאריום אין שטאט אלעד, ברוב צהלה ורנה, ווען חסידים פון אלע הויפן האבן פאר לענגערע שעות זיך מיטגעפריידט בשמחתם פון די מנהיגי עדת ישורון.


ביים מעמד קבלת פנים האט מען געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות אין געהערט דברי חרוזין, הרה"ג רבי דוד יהודה דויטש רב דקהל חסידים מאטערסדארף האט מעורר געוועהן דעם חתן מיט דברי כיבושין וואו זיין חזקה ביי די שמחות בחצר הקודש ערלוי. ביי די מעמד החופה האט די זיידע כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט"א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין דער פעטער מצד החתן כ"ק האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, די ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס הרבנים הגאונים הצדיקים אב"ד ערלוי ביתר, ראש ישיבת ערלוי, אב"ד ערלוי בני ברק, אב"ד ערלוי אלעד, אין הגה"צ רבי מאיר כץ ראש כולל ש"ס עיון אין רמת וויז'ניץ, ברכה אחריתא האט געזאגט די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א.


א באזונדערע התרגשות איז געוועהן נאכן חופה ווען כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים טראץ זיין שוואכע כוחות.


די סעודת החתונה איז געווען צוגעגרייט אויף א ברייטע פארנעם פאר די הונדערטער חסידים איינגעטיילט אין באזונדערע זאלן איש על מחנהו ואיש על דגלו, מען האט אויפגענימען דעם גרויסן זיידן די ערלויער רבי לקול תרועת השמחה מיט ניגוני שבח והודאה, ווען די חסידים ברעכן אויס אין פייערדיגער טענץ לויבנדיג דעם בורא כל עולמים אויף די אלע נסים ונפלאות און חסדים גלוים ארויסקריכנדיג פון די שווערע מיטמאכעניש אינעם מצב הבריאות.


עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון פילע אדמורי"ם ורבנים אין קרובי המשפחה צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מוויז'ניץ, סערט וויז'ניץ, דושינסקיא, פיטסבורג, שידלאבצא, שאץ וויז'ניץ, שבט הלוי, סאדיגורה ירושלים, נדבורנה אלעד, לעלוב בראנוביץ, ווערדאן פון ירושלים, הגה"צ ראש ישיבת וויז'ניץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הרה''צ רבי יעקב מרדכי האגער אב''ד וויז'ניץ אלעד, גאב"ד טשאבא, און נאך פילע רבנים ומורי הוראה. אויך האבן זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה פילע אישי ציבור אין עסקנים צווישן זיי די געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד הרב ישראל פרוש מיט וועם די ערלויער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד ביים חתונה.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ג רבי אהרן אלי' פעלדמאן, אין די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די אנוועזנדע רבנים אין קרובי המשפחה. אנהייב מצוה טאנץ האט די זיידע האד' מקאסוב וויז'ניץ געטאנצן דעם מקובלדיגן ריקוד אשת חיל קעגן די כלה כמנהג סערט וויז'ניץ, דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די ריקודין של מצוה, ווען בדחנא דמלכא ר' מנחם מנדל עסטרייכער האט אויפגערופן דיי זיידע האדמו"ר מערלוי שליט''א, נאכן זינגען דעם ניגון עד הנה עזרונו רחמיך איז די רבי שליט"א אראפ אין צענטער פון זאל אין אפגעראכטן די עבודת הריקודין מיט גרויס התלהבות, אנגעכאפט מיטן חתן אין די מחותן בנו יחידו הרה"צ רבי שלום צבי, א באזונדערע ריקוד איז די רבי געטאנצן מיט מחותנו כ"ק האדמו"ר מקאסוב וויז'ניץ שליט"א אין מיט די בני משפחת המלוכה קינדער אין אייניקלעך פון כ"ק האדמו"ר מערלוי זצ"ל.


דאן האט מען אויפגערופן צו מצוה טאנץ די אנדערע זיידע'ס אין מחותנים אין צום לעצט די מצוה טאנץ פון חתן וכלה וואס האט געשלאסן די שיינע שמחה.




































































bottom of page