top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים סעודת הילולא בחצר הקודש דושינסקיא

מאנטאג פ' שמיני • כ"ב אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


היינט אויפדערנאכט האט זיף כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א משתתף געוועהן ביים סעודת הילולא בחצר הקודש דושינסקיא לרגל די הילולא קדישא פון כ"ק האדמו"ר הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זצוק"ל בצל בנו ממלא מקומו כ''ק האדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, בשילוב מיטן שמחת השבע ברכות לרגל שמחת נישואי החתן אייניקל פון הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א - בן זקונים פונעם בעל ההילולא.


די רבי שליט''א האט ענטפאנגען דעם גרויסן גאסט בכבוד הראוי אין מכבד געוועהן דעם רב צו זאגן תורה לכבוד די הילולא, וואו הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט איבערגעלאזט ברכותיו הטהורות פארן ראש בית אב די רבי שליט''א וכל הנלווים אליו אין געזינגען א ניגון שמחה. ביים פארלאזן דעם טיש האט דער דושינסקיא רבי ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א לרחובה של עיר אין זיך געזעגענט ברוב ברכות.











Comments


bottom of page