top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אויפנאמע במעון הקודש פון האד' מבעלזא לכבודו פון אשדוד מעיאר וואס לויפט פאר ווידערוויילונג

דינסטאג פ' תצוה • י"א אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א.מ.ש.


א ספעציעלער אויפנאמע איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א אין בני ברק ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער מעיאר פון שטאט אשדוד יחיאל לסרי מקבל צו זיין ברכת הקודש פונעם רבין שליט''א צו די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג.


עס זענען אויך געוועהן אנוועזנד די עסקנים אין די בעלזער קהילה אין אשדוד וועלכע איז די גרעסטע חסידישע געמיינדע אין שטאט, די עסקנים האבן פארגעשטעלט דעם מעיאר אין ארומגערעט איבער זיינע פילע לייסטונגען לטובת הכלל והפרט. די רב שליט''א האט ארויסגעוויזן גרויס אינטערעסע אין מאציל געוועהן מברכת קדשו.



bottom of page