top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להקהל ולהתקדש: אלפי תושבי לאנדאן אונטער טיפן רושם פון כינוס אדיר "קימו וקבלו" בראשות הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א

דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א פייער פון טהרה הילט ארום דעם חרדי'שן אידנטום אין לאנדאן, שטייענדיג נאך דעם זעלטענעם הייליגן כינוס נשגב "קימו וקבלו" וואס האט איינגעזאמלט אלע תושבי העיר, כולם נקבצו באו, נתעורר צו ווערן און זיך מחזק זיין קעגן די פגעי טעכנאלאגיע, הערנדיג דעם דבר ה' ברמה, די פלאם פייערדיגע "משא המעמד" דורכ'ן אורח נשגב הגה"צ המשפיע מלהיב לבבות ישראל רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, נאכ'ן פראווען א געהויבענעם שבת נועם הנשמות אין לאנדאן.


דער כינוס איז פאררופן געווארן דורך אלע רבני עיר לאנדאן, וועלכע האבן ארויסגעגעבן ספעציעלע מכתבי קודש מיט א חובת השעה פאר אלע תושבי העיר זיך צו באטייליגן ביים גרויסן כינוס וואס וועט באפעסטיגן די גדרים וסייגים וואס די גדולי ופוסקי הדור האבן אראפגעשטעלט צו זיין גענצליך אפגעשיידט פון די שעדליכע טעכנאלאגישע כלים.


דער כינוס איז אפגעהאלטן געווארן זונטאג נאכט אין א ריזן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין הויף פון תלמוד תורה יסודי התורה, וואס איז בליץ שנעל איבערגעשטאפט געווארן דורך א געשאצטע פיר טויזנט אידן, פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע געגנטער, אין שפיץ פון אלע רבני העיר, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א, און הרבנים הגאונים חברי ביד"ץ התאחדות קהלות החרדים.


הגה"צ רבי צבי מאיר האט אנגעהויבן זיינע דברים חוצבים להבות אש, אויפשטורמענדיג די הערצער צו ממשיך זיין דעם כח פון גדולי ישראל וואס האבן אראפגעשטעלט די שטאנדהאפטיגע יסודות צו זיין אפגעזונדערט פון די טעכנאלאגישע כלים, און זיך האלטן פעלזן פעסט מיט אן עקשנות דקדושה נישט אפגעקילט צו ווערן פון קלי הדעת וואס טוען גרינגשעצן אין די הייליגע מערכה, פארליינענדיג דערביי עטליכע בריוון פון אידן ווא זענען פערזענליך נכשל געווארן דורך די כלים הטמאים, ובמסתרים תבכה נפשם ווי זיי האבן זיך ליידער אזוי טיף דערקייקלט, אויך האט ער מאריך געווען פון די מסי"נ פון פארצייטישע לאנדאנע אידן פאר שמירת הדת, און ארום דאס מסירת נפש פונעם הייליגן שאצער רב זי"ע, וואס מ'זעט אז זיין השפעה ווערט נמשך, ווען אסאך אידן צעברעכן זייער  סמארטפאון ביי זיין ציון און מ'זעט אסאך אפענע ישועות.


נאכן פייערדיגער דרשה האט דער משפיע פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הילכיגע קול בוקע רקיעים פון טויזנטער מקבלי מלכות שמים באהבה. צום שלוס פונעם מעמד האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויפ'ן ניגון "וטהר לבינו" און דער עולם האט זיך צעשפרייט מיט לעכטיגע הרגשים אנגעזאפט מיט עמערס התזחקות און קבלות טובות איינצוהאלטן די אלע גדרים וסייגים בנוגע טעכנאלאגיע.


חזקו ואמצו!































Comentários


bottom of page