top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע שמחת החתונה בחצורת מכנובקא בעלזא - שאץ - נחלת אהרן

דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


בשמחה וצהלה האבן חסידי מחנובקא בעלזא מיטגעהאלטן די שמחת הנישואין בחצר הקודש, עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' נפתלי צבי מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יצחק אייזיק פריעדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, די חתונה איז געפראוועט געווארן פארלאפענעם מיטוואך אין גרויסן מחנובקא בעלזא ביהמ"ד אין בני ברק.


ביים מעמד קבלת פנים איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים די פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי יהודה הכהן כץ אב"ד ויצב אברהם מעלבארן אסטראליע, פארן ארויסגיין צום חופה האט די רבי שליט"א אנגעטוהן דעם חתן מיט די קיטל און די בגדי הירושה מאוצרו הטוב.


ביי די מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא, קריאת הכתובה די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן, די זיידעס האדמו"ר מנחלת אהרן, הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בבארא פארק שליט''א, און די פעטער כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט''א, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א.


נאכן חופה איז געוועהן זמני די חסידים וועלכע האבן איבערגעגעבן דרשה געשאנק, אין די רבי האט פאריילט געבענטשט מטבעות כנהוג. נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום סעודת החתונה אינעם גרויסן שטוב, און איז ענטפאנגען געווארן לקול תרועת הזמר, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, אין די חסידים זענען דורך וואונטשן לחיים בעת די ריקודין של שמחה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די פעטער הרה"ג ר' נפתלי הערצקא פריעדמאן שליט"א אב''ד אוסטריק.


דורכאויס די שמחת החתונה האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט אדמורי"ם רבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מסטריקוב, מעליץ, זוטשקא, בישטינא, סטראפקוב, אנטניא, אלעסק, בערגסאז, גארליץ, זידיטשוב ווערצקי, זידיטשוב בני ברק, חוג חתם סופר, קארלין לעלוב, ספינקא ב"ב, ספינקא סאסרעגין, שאץ בית שמש, אב"ד ראצפערט בראזיל, הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לנדא גאב"ד ב"ב, הגאון ר' מסעוד בן שמעון די ספרדישע רב פון בני ברק, די פעטער הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, גאב"ד ביליץ, אב"ד סטריקוב, אב"ד פרדס כ"ץ,אב"ד מאקאווא ב"ב, און נאך.






























Comments


bottom of page