top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שפאגל נייע מקווה טהרה באנייעט אויף יו"ט פסח בחצר הקודש נדבורנא

דאנערשטאג א' דחוה"מ פסח • י"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


גרויס התרגשות האט ארומגענימען חסידי נדבורנא, ווען אויף דעם יו"ט פסח איז באנייעט געווארן מדעם נייעם איבערגעבויעטן מקוה טהרה בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול נדבורנא אין בני ברק.


די ארגינעלער מקוה איז נאך געבויעט געווארן מיט צענדליגע יארן צוריק דורך הרה"ק בעל 'באר יעקב' מנדבורנא זי"ע, אבער צוליב דעם ריבוי הציבור, האט זיך דרינגענג אויסגעפעלט צו פארברייטערן די מקוה. אין די לעצטע האלבע יאהר איז אונטערגענועמן א מאסיווע בוי פראיעקט פילפאכיג צו פארגרעסערן די מקוה מיט מערערע בורות טבילה און נאך פארשידענע איינריכטונגען לרחבת הציבור, נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם פישמאן הי"ו פון בארא פארק. אצינד שטייענדיג פארן יו"ט פסח, האט מען פולקאם פארענדיגט די בוי ארבעט כלול בהדרו.


אין די טעג בעפאר יו"ט איז דער מרא דאתרא פון בני ברק הגה"צ ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, אריבערגעקומען איבערקוקן די כשרות המקווה. אויפן ארט האט אפגעווארט דעם רב כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א און די דייני הקהילה וועלכע זענען איבערגעגאנגען מיטן רב די פרטי פרטים פון אלע חומרות והידורים פון די נייע מקוה און דער רב האט באשטעטיגט אז די מקווה איז כשר לכתחילה בתכלית ההידור.


פארלאפענעם שבת ביים דרשת שבת הגדול האט כ"ק האדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארומגערעט איבער די פריידיגע מאמענט ווען מען גרייט זיך צו באנייען די מקווה לטהרת של ישראל, און דערביי דערמאנט און מחק געוועהן די תקנה וואס איז איינגעפירט געווארן דורך אביו הרה"ק בעל 'באר יעקב' מנדבורנא זי"ע נישט אויסצורעדן אין מקווה.











bottom of page