זונטאג פ' בהעלתך - ט"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות
תלמידי וחסידי טאהש האבן זיך די לעצטע וואך געוואונטשן מזל טוב ביי די שמחת התנאים בחצר הקודש לרגל די שמחת קישור החיתון פון הכלה יונגסטער קינד פון כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א מיט די חתן א זוהן פון הרה''ג רבי מאיר גרינוואלד שליט"א, ר''מ בישיבת פאפא בן הגה"צ אב"ד טעיטש שליט"א, וחתן הגה"צ אב"ד מילדוי שליט"א די שמחה איז געפראוועט געווארן מיט גרויס שמחה אין התרגשות אינעם ביהמ''ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע.
די מחותן כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט''א איז ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפלת מנחה ומעריב און די רבי האט געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית מחברתו הטהורה פון הרה''ק רבי מרדכי מדעמעטשער זי''ע, נאך מעריב אין קידוש לבנה איז די גאנצע היכל הביהמ''ד געווארן איבערגעפילט מקצה אל הקצה מיט פילע חסידים אין צענדליגע געסט פון ניו יארק וועלכע האבן אנגעיאגט אנצוקמען קיין טאהש מיטצוהאלטן די שמחה.
צום באשטימטן זמן האט מען מקבל געוועהן את פני הקודש פונעם רבין שליט''א אין די מחותנים ווי די גאנצע עולם איז מיט גרויס התרגשות ארויס אין פייערליכע טענץ. צום ערשט האט די רבי געוואונטשן לחיים פארן חתן אין אלע מחותנים, אין נאך די ריקודין וואס האבן אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט האט די רבי מסדר געווען די תנאים און אלעס ארום אין מכבד געווען די זיידע הגה''צ אב''ד טעטש מיטן ליינען די תנאים.
נאכן ליינען די תנאים האט די רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש און דערנאך איז די רבי איאיינעם מיטן גאנצן ציבור ארויס אין פייערליכע טענץ ווי די רבי האט צום ערשט מכבד געעוען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך האט די רבי געטאנצן מיטן חתן מיט גרויס דביקות בשעת די גאנצע עולם איז געוואנדען צום ריזן אויבן אן מיטצוהאלטן די דערהויבענע מינוטן זעענדיג ווי דעם רבינס הערליכן דור פון קינדער קומט צו אן ענדע אין דער לעצטע אייניקל פון הרה''ק מטאהש זי''ע.
נאכן מחול לצדיקים איז די גאנצע עולם אריבער פאר א לענגערע וויילע וואונטשן מזל טוב פארן רבין שליט''א די חתן אין מחותנים ווי דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין מיטן ניגון ימים על ימי מלך.
Comments