זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ח המפואר ר' נחום ווייס זצ"ל מחשובי ופארי חסידי דושינסקיא, לאנגיעריגע ספרא דדיינא פון די עדה וועלכע איז נפטר געווארן אין עלטער פון אכט אין זיבעציג יאר.
ר' נחום איז געבוירן געווארן אין די אונגארישע הייזער, בשנת תש"ה, צו זיין פאטער הרה"ח ר' דוד יונה ווייס ז"ל עלטערער ברודער פון מרן הגה''ק גאב"ד ירושלים בעל שערי טובי' זצ"ל. אין זיינע קינדער יארן האט ער געלערנט אין די בארימטער תלמוד תורה 'שומרי החומות' און שפעטער אלס בחור האט ער געלערנט אין ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא ווי ער האט זיך מדבק געווען אין רבו מובהק כ''ק האדמו"ר מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים.
בהגיעו לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הרה"ח ר' יחזקאל מנדל ז"ל מחשובי ופארי חסידי בעלזא און זיין רבי המהרי"ם מדושינסקיא איז געווען דער שדכן. אין לויף פון צענדליגע יארן האט ער געדינט אלס אפציעלער שרייבער און 'ספרא דדיינא' פון די עדה החרדית, און אויך נאך דאס אויפנאמע פון הרה''ח ר' יצחק שלמה בלויא אלס 'ספרא דדיינא' האט ער נאך אלס אנגעהאלטן זיין תפקיד אלס ספרא דדיינא יעדן דאנרעשטאג ביז גאנץ לעצטענס.
ר' נחום איז געווען א גרויסע ת"ח ויודע ספר און האט מחבר געווען די ספרים 'דברי נחום' על התורה, אין ספר 'דברי שלמה' אויף שיר השירים. ער האט גענאסן א ספעציעלע הערכה ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א וועלכע האט אים שטארק מכבד געווען און דורכאויס די לעצטע שטיק צייט האט אים דער רבי באזוכט עטליכע מאל אין שפיטאל און דורש געווען בשלומו. אין די לעצטערע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בית שמש ווי ער איז פאררעכענט געווארן אלס איינע פון די זקני חשובי חסידי דושינסקיא אין שטאט. ליידער די לעצטע צוויי יאר איז ער נישט געווען געזונט און דעם דאנערשטאג צופרי האט ער ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה לגנזי מרומים.
ער לאזט איבער נאך זיך חשובע קינדער, צווישן זיי: בנו העסקן ר' שמעון ווייס מעסקני העדה החרדית, חתנו הנגיד ר' יעקב אבעלעס פון וויליאמסבורג מגדולי עסקני קהילת דושינסקיא און נאך. זיינע בורדער זענען: הרה"ח ר' שמעון ווייס יו"ר הנהלת העדה החרדית, יו"ר וועד השחיטה ומעסקני ק''ק דושינסקיא, הגאון רבי קלמן ווייס מו"צ העדה החרדית, ורב דחסידי וויז'ניץ אין בית שמש, אין הרה"ח ר' שלמה ווייס מגדולי גבאי הצדקה ואנשי חסד אין עיה''ק ירושלים.
די לויה איז פארגעקומען דאנערשטאג נאכמיטאג פארנט פון בית המדרש 'היכל מהרי"ם' דושינסקיא אויף רחוב יהושע בבית שמש, און שפעטער נאכמיטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים, צום הר הזיתים וואו ער איז געקומען לקבורה.
Comentarios