מונטאג פ' ויקהל • כ"ד אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שוקי לרר
דברים קילורין לעיניים זענען געהערט געווארן פארלאפענעם וואך דורך די זקן ראשי הישיבות בארץ הקודש הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, איבער דעם גזירות גיוס בני ישיבות היה לו תהיה. דאס קומט נאכדעם וואס דער העכסטער געריכט דער ציוניסטישער בג"צ האט אויפגעפאדערט באלדיגע ענטפערס פון די רעגירונג פארוואס זיי זאלן נישט מיט געוואלד ארייננעמען די ישיבה בחורים און אינגעלייט אין מיליטער, ווען עס הערשט א מלחמה אין לאנד, בנוסף צו דעם וואס די "חוק הדיחויים" איז שוין אויסגעלאפן און עס איז יעצט נישט דא קיין געזעץ איבער די סטאטוס פון ישיבה בחורים.
ביי א דרשה פארלאפענע דאנערשטאג אין כולל חזון איש אין בני ברק האט הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ראש ישיבת הרשב"י שארף ארומגערעט איבער די גזירה און זיך אויסגעדריקט אז קיינער איז נישט קיין בעל הבית אויף די תורה און עס וועט קיינעם גארנישט העלפן, מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אין שטיין פעלזן פעסט אין די נושא פון גיוס, דאס איז געוועהן דעת קדשו פון דער חזון איש און די שטירה פון זיין שווער מרן הרב ש"ך זצוק"ל.
Comments