top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאונט סיני שפיטאל פרעזידענט באזוכט ביי האד' מסאטמאר

דאנערשטאג פ' תצוה • י"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: סאטמאר'ע נייעס


א אייגענארטיגע באזוך איז פארגעקומען היינט במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, ווען דער פרעזידענט פון די מאונט סיני שפיטאל דעוויד רייך, איז אריינגעקומען אל הקודש פנימה און דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.

דער פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל איז אנגעקומען קיין קרית יואל, אויף ניחום אבלים ביי הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער זיצט שבעה די טעג נאך די פטירה פון די שוועסטער הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה.


די סאטמארע רעבעצין איז באקאנט מיט אירע געוואלדיגע פעולות למען חולי ישראל ומשמשיהן, די רעבעצין האלט אן א נאנטע קשר מיט הויכע באאמטע אין די ניו יארקער שפיטעלער צו שתדל'ן פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה, און אצינד איז דער פרעזידענט פון מאונט סיני שפיטאל געקומען מנחם אבל זיין די סאטמארע רעבעצין, אין באגלייטונג פון זיינע געהילפן און הויכע פראפעסארן.


זייענדיג בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן איז פארגעקומען א ספעציעלע אויפנאמע אינעם רבינ'ס פראוועט צימער, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די חברי הצלה פון קרית יואל, און די ראשי חברה הצלה אין וויליאמסבורג, מען האט ארומגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק לטובת חולי ישראל, און דער סאטמארער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן זיי זאלן זעהן הצלחה און סייעתא דשמיא.




Comments


bottom of page