דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין די יעצטיגע טעג האט דער וועד הכשרות אין די חרדי'שע שטאט לוגאנא אין שווייץ אויפגענומען כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א לכהן תחת אביו און אנפירן מיט'ן ארטיגן "מערכת הכשרות".
ווי באקאנט איז דעם רבי'נס פאטער, כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב געווען לאנגע יארן דער רב פון לוגאנא שווייץ און דארט אויפגעשטעלט א מערכת הכשרות וואס האט אויפגעטון במשך השנים גדולות ונצורות, אויפבויענדיגע א שטרענגע און טראסטבארע השגחה פאר אלע ארטיגע האטעלן און וויין פירמעס.
אצינד ווען דער רבי איז ליידער אוועקגעריסן געווארן, האט דער וועד הכשרות אויפגענומען בנו וממלא מקומו דער ביאלער רבי שליט"א ממשיך צו זיין עבודת קדשו פונעם פאטער מיט'ן באגלייטן די השגחה, זייענדיג שוין אייגנטליך אן עבודת הקודש ביים רבי'ן שליט"א נאך בחיים חיותו פונעם טאטן ז"ל, ווען ער האט אריינגעברענגט דעם רבי'ן שליט"א אין די עניני הכשרות אין לוגאנא, וואס דער רבי שליט"א וועט אצינד ממשיך זיין ביתר שאת ועוז.
אומר ועושה, איז שוין ווירקליך ערשינען די ערשטע "תעודת הכשר" מיט'ן רבי'נס חותם הכשרות, אין איינע פון די האטעלן אין בולגאריע וואו דער רבי באשטעטיגט דעם האטעל אלס פולקאם אונטער זיין הכשר, און אלעס ווערט געפירט מיט די שטרענגע הוראות און אויפזיכט פון זיינע מפקחים אויפ'ן פלאץ. ווי אויך איז שוין ערצייגט געווארן דער נייער הכשר-זיגל, מיט'ן אויפשריפט "בהשגחת כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, מיסודו של כ"ק אדמו"ר מביאלא אב"ד דק"ק לוגאנא זצוקלל"ה".
Comments