דאנערשטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
ברגשי גיל ושמחה איז דעם זונטאג אווענט געפייערט געווארן די שמחת התנאים לרגל די שמחת קשרי החיתון פונעם חתן החשוב חיים ראזנבוים הי"ו נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, א זוהן פון הרה"צ ר' דוד ראזנבוים בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א עב"ג די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב יצחק קליין דומ"ץ וויזניץ, די שמחה איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ בשיר וקול תודה לכבוד די גרויסער שמחה אין רבינס הויף. צום באשטימטן צייט איז דער רבי ערשינען אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן, וואו מען האט מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה זינגענדיג קול רנה וישועה באהלי צדיקים, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די בעלי השמחה און רבנים אויפן אויבן אן.
א לענגערע צייט האט מען געזינגען ווארימע ניגונים, און עטליכע מאל האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די שמחה. דער רבי האט מיט גרויס התרגשות פארגעזינגען ניגוני שבח והודיה, חסדי השם און אודה, מען האט געבראכן די טעלער און זיך ווידער אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד די שמחה וואו דער רבי איז באזונדער געטאנצן מיטן חתן און מיט זיינע געשוויסטער די אייניקלעך און דערנאך מכבד געוועהן די זיידע הגה"ח ר' פישל וויינבערגער הי"ו צו טאנצן מיטן חתן.
אויך האט דער רבי מכבד געוועהן זיינע שוואגער'ס הגה"צ יוסף באב"ד מלפנים בעלזא לונדון והגה"צ אליעזר ארנסטר אב"ד מאור חיים צפת צו טאנצן מיטן חתן.
נאך די שמחה איז אריינגעקומען צום רבי'ן שליט"א בחדרו הפרטי די שוועסטער הרבנית הצדקנית מבעלזא וועלכע האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה אינעם עזרת נשים און איז געקומען אפגעבן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די חתן.
Comments